דער אָנהײב פֿונעם נײַעם לערן־יאָר איז מיר שטענדיק אַ שטיקל יום־טובֿ: יעדן האַרבסט קוק איך אַרױס אױף נײַע קורסן, נײַע לערערס און נײַע פּנימער אין די קלאַסן און קאָרידאָרן פֿונעם אוניװערסיטעט. אָבער לעצטנס, װען סע האָבן זיך אָנגעהױבן די לימודים אין ניו־יאָרקער אוניװערסיטעט, איז עס פֿאַר מיר געװען נאָך אַ גרעסערער יום־טובֿ װי געװײנטלעך: אויב רעכענען לױט דער אַמעריקאַנער דערציִונג־סיסטעם )קינדערגאָרטן, ערשטער קלאַס, צװײטער קלאַס, אאַז״װ) בין איך איצט אַרײַן אין… צװאַנציקסטן קלאַס. איך האַלט, אַז צו אַזאַ יובֿל איז כּדאַי זיך אָפּצוגעבן אַ חשבון־הנפֿש פֿאַר דעם, װאָס איך האָב זיך אױסגעלערנט, מײנסטנס, װעגן זיך אַלײן.
געלערנט האָב איך זיך אָן אַן איבעררײַס: איך האָב פֿאַרענדיקט צװעלף יאָר (פּלוס קינדערגאָרטן) אין עפֿנטלעכע לאָס־אַנדזשעלעסער שולן, פֿיר יאָר אין סטענפֿאָרד־אוניװערסיטעט, אַ יאָר אין אָקספֿאָרד אױף אַ מאַגיסטער־פּראָגראַם אין ייִדיש, און צװײ יאָר װי אַ דאָקטאָראַנט אין לינגװיסטיק. הײסט עס, איך בין אַ סטודענט (צי אַ תּלמיד) מײַן גאַנץ לעבן. קײן אַנדער װעג קען איך נישט.
די פּסיכאָלאָגן זאָגן, אַז ס’רובֿ דערװאַקסענע געדענקען נישט, װאָס ס’איז מיט זײ געשען אײדער זײ זענען אַלט געװאָרן צען יאָר. אין דעם פּרט בין איך נישט קײן אױסנעם. מײַנע פֿריסטע זכרונות זענען פֿאַרבונדן מיט דער עלעמענטאַר־שול: די נעמען פֿון מײַנע לערערס און געצײלטע חבֿרים, די זיץ־ערטער אױפֿן אױטאָבוס, דאָס עסן װאָס די מאַמע פֿלעג מאַכן און אַרײַנלײגן אין שפּײַזרענצל. פֿאַרשטײט זיך, אַז די שול פֿיגורירט אין אַ סך פּרטים, װאָס איך געדענק פֿון די שפּעטערע קינדער־יאָרן אױך.
אין משך פֿון די פֿאַרלאָפֿענע 20 יאָר האָט זיך אַ סך געביטן אין מײַן לעבן װי אַ תּלמיד. איך דערמאָן זיך, װען איך בין צום ערשטן מאָל געזעסן פֿאַר אַ קאָמפּיוטער אין קלאַס און זיך געלערנט מאַטעמאַטיק פֿון אַ קאָמפּיוטער־שפּיל, װאָס איז דעמאָלט געװען אױף אַ „בײגעװדיסק“ (בלע”ז, floppy disk; דער נעאָלאָגיזם, אַ פֿירגעלײגטער אין „ייִדישע שפּראַך“ אין די 1980ער יאָרן, איז אַרױס פֿון באַניץ צוזאַמען מיט דער טעכנאָלאָגיע גופֿא). פֿאַר אַ יאָרן האָב איך זיך אױסגעלערנט װי אַזױ צונױפֿצושטעלן סטאַטיסטישע מאָדעלן אין „R“, אַ פּראָגראַמיר־שפּראַך, װאָס װערט געניצט אױף צו אַנאַליזירן די קװאַנטיטאַטיװע דאַטעס. די טעכנאָלאָגיע איז געװאָרן נאָך גיכער, קלענער און ביליקער װי מע װאָלט זיך געקענט פֿאָרשטעלן אין די 1990ער. אָבער צוליב מײַנע פֿריסטע דערפֿאַרונגען מיט יענע פֿאַרעלטערטע טעכנאָלאָגיעס, בין איך געװען גרײט װײַטער צו אַנטװיקלען מײַנע קענטענישן און פֿעיִקײטן אין קאָמפּיוטערײַ.
נאָך אַ װיכטיקער בײַט, װאָס מערקט זיך אין דער געשיכטע פֿון מײַן דערציִונג, איז געװען מײַן מגולגל װערן אין אַ דערציִער. װי אַ ביזגראַדויִר־סטודענט בין איך געװאָרן אַ פֿרײַװיליקער ייִדיש־לערער אין סטענפֿאָרדער הילל־הױז, װוּ איך האָב געלערנט אײן מאָל אַ װאָך אױף זײער אַן אומפֿאָרמעלן אופֿן. ערשט שפּעטער, װי אַ טײל פֿון מײַן פּראָפֿעסיאָנעלער טרענירונג אין לינגװיסטיק, האָב איך געלײענט אַ קורס אין דער סאָציאָלינגװיסטיק. ס’איז אַ ביסל שװער זיך צוגעװוינען צום סטאַטוס פֿון אַ לערער. צום גליק, האָב איך געהאַט קײן עין־הרע גענוג דערפֿאַרונג מיט הײם־אַרבעט, אַז דאָס שרײַבן נײַע פֿראַגעס און געבן צײכנס איז מיר אָנגעקומען גרינג. ס’איז געװען אַ מחיה צו שטײן פֿאַר אַנדערע און אױספּרוּװן פֿאַרשידענע לערן־מעטאָדן, װאָס איך האָב געירשנט פֿון מײַנע בעסטע לערערס.
נו, איך מוז זיך אױך מודה זײַן, אַז אַ מאָל פֿרעג איך זיך, צי ס’איז געװען דער ריכטיקער באַשלוס זיך צו לערנען אַזױ לאַנג אין אוניװערסיטעט? ס’רובֿ פֿון מײַנע נאָענטסטע חבֿרים זענען שױן נישט קײן סטודענטן, פֿאַר װאָס זשע בין איך געבליבן אין דער אַקאַדעמיע? װי גלײַכט זיך מײַן לעבנס־שטײגער מיט זײערן? איך האָב קײן מאָל נישט געהאַט קײן ערנסטע גאַנצטאָגיקע שטעלע, קײן מאָל נישט געהאַנדלט אױפֿן מאַרק, קײן מאָל נישט געדאַרפֿט פֿאַרקױפֿן סחורה. ס’איז מיר קײן מאָל נישט אײַנגעפֿאַלן, אַז איך זאָל פּשוט אױפֿהערן צו אַרבעטן פֿינף אַ זײגער, װײַל איך האָב צו פֿיל צו דערלײדיקן אין אָװנט. אָבער פֿון דער אַנדערע זײַט, זענען דאָ אָן אַ שיעור מעלות, װאָס מע מוז נעמען אין באַטראַכט. צװאַנציק יאָר אין שול הײסט, צװאַנציק זומער־װאַקאַציעס, װאָס איך האָב טאַקע אױסגעניצט אױף צו זען די װעלט. די בעסטע לערערס און ביבליאָטעקן זענען מיר שטענדיק געװען צוטריטלעך. װי אַ גראַדויִר־סטודענט קען איך אַלײן באַשטימען מײַן צײַטפּלאַן, זיך אױפֿװעקן, װען נאָר איך װיל, און זיך לײגן שלאָפֿן, װען נאָר איך װיל. איך בין אַזאַ מענטש, װאָס האָט ליב צו מאַכן שבת פֿאַר זיך.
אָבער די הױפּט־סיבה, װאָס איך האָב געװאָלט בלײַבן אין דער אַקאַדעמיע, איז געװען מײַן ליבשאַפֿט צו נײַע אינטעלעקטועלע אַנטדעקונגען. איך האָב ליב זיך צו פֿאַרטיפֿן אין מײַנע אײגענע געדאַנקען, פֿאָרמולירן היפּאָטעזן און צוקלערן די עמפּירישע מעטאָדאָלאָגיע, װאָס איך דאַרף, בכדי אױסצופּרוּװן (אין די מערסטע פֿאַלן, אָפּצופֿרעגן) די אײגענע היפּאָטעזן. איך האָב ליב איבערצוגעבן אַנדערע, סײַ פֿאָרשערס, סײַ נישט־ספּעציאַליסטן, די װיכטיקײט פֿון מײַנע אױספֿירן; און איך האָב ליב, װאָס מײַנע אינטערעסן אין ייִדישער לינגװיסטיק, פֿאַרבינדן מיך מיט ברײטערע קהילות — אַ טײל גרעסערע, אַ טײל קלענערע — פֿון איבערגעגעבענע אַקאַדעמיקערס, װאָס אינטערעסירן זיך מיט מײַן אַרבעט, פּונקט װי איך אינטערעסיר זיך מיט זײער אַרבעט. איך װײס נישט, װוּהין די קומעדיקע צװאַנציק יאָר װעלן מיך פֿירן, הלװאַי װײַטער נישט ערגער!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.