געווענטלעך, זענען די ישׂראלדיקע צײַטונגען זיך נישט נוהג צו שרײַבן קיין סך וועגן דעם, וואָס עס קומט פֿאָר אין אויסלאַנד; מע גיט אָפּ אַן איין און איינציקע זײַט פֿאַר די געשעענישן אַרום דעם ערדקײַלעך, און פּטור אַן עסק. ס’רובֿ אויסלענדישע נײַעס האָבן צו טאָן אָדער מיט די בלוטיקע געשעענישן אין אונדזער געגנט, אָדער גלאַט אַזוי — קוריאָזן און מאָדנע פּאַסירונגען, אָנגעזאַמלט איבער דער גאַנצער וועלט.
דער לעצטער פּליטים-קריזיס אין אייראָפּע איז אָבער אַן אויסנאַם: די ישׂראלדיקע מעדיאַ הערן נישט אויף שרײַבן וועגן די געשעענישן אין אייראָפּע; אַלע צײַטונגען האָבן געפֿונען פֿאַר נייטיק צו שיקן רעפּאָרטערס קיין אונגערן, איבערצוגעבן דעם עולם אַן אוממיטלבאַרן באַריכט וועגן דער נײַער פֿעלקער־אויסוואַנדערונג.
די ישׂראלים זעען ווי זייער בייזער חלום ווערט פֿאַרוואַנדלט אין דער נײַער אייראָפּעיִשער ווירקלעכקייט. די בלוטיקע און, ווי עס זעט אויס, אומענדלעכע פֿײַנטשאַפֿטן, סיכסוכים און קריגערײַען אין מיטעלן מיזרח טראָגן זיך אַריבער צו די ווײַטערע שכנים.
די סירישע און איראַקישע פּליטים — דער גרעסטער טייל פֿון דער איצטיקער כוואַליע — האָבן צו ערשט געפֿונען אַ מקום-מיקלט אין די שכנותדיקע לענדער, און אַצינד, באַנעמענדיק, אַפּנים, דעם ביטערן אמת, וואַרפֿן זיי אַרויף די וואַנדער־טאָרבעס אויף די פּלייצעס און זוכן אַ נײַע היים אין די רײַכע אייראָפּעיִשע לענדער.
וואָס עס איז פֿריִער געווען אַ פֿאָרויסזעונג, אַ השערה — ווערט הײַנט די ווירקלעכקייט: די אַראַבישע וועלט איז דורכגעפֿאַלן און קאָן נישט באַזאָרגן אירע תּושבֿים מיט לעבנס-ווערדיקע סטאַנדאַרטן, און באַשיצן זייער פֿאַרמעגן און זיכערהייט. דער טראַגישער אונטערגאַנג איז געגליכן צו אַ שטיין, וואָס פֿאַלט אַרײַן אין וואַסער און איז גורם כוואַליעס, וועלכע צעשפּרייטן זיך גיך איבער דער אויבערפֿלאַך.
כּל-זמן די פּליטים האָבן זיך קאָנצענטרירט אין די שכנותדיקע מדינות, איז געווען שאַ־שטיל, נאָר אַז די צאָל נפֿשות פֿון דער אַרײַנוואַנדערונג אין אייראָפּע איז ממשותדיק געוואַקסן, האָט זיך קלאָר אַרויסגעוויזן — אייראָפּע האָט זיך נישט געגרייט דערצו; די ווירקלעכקייט האָט זי געכאַפּט אַ שלעפֿעריקע, פֿאַרטאָן אין זיך און נאָר אין זיך.
די אייראָפּעיִשע פּאָליטיק האָט בפֿירוש פֿאַרראַטן אירע בירגער. ישׂראל קוקט פֿאַרגאַפֿט אויף אייראָפּע, ווי די כוואַליעס שלאָגן זיך אין דעם אַלטן קאָנטינענט. ישׂראל האָט זיך באַמיט, זינט דעם אָנהייב פֿון דעם אַראַבישן פֿרילינג, זיך צו פֿאַרהיטן פֿון דעם שטורעמדיקן אַרום, זיך איזאָלירן ביז די הימלען וועלן ווידער ווערן לויטער.
אינטערעסאַנט, אַז די אַמאָליקע וויזיע פֿון שמעון פּערעס וועגן אַ מיטל-מיזרח אָן גרענעצן איז ענלעך צו דער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג. איצט וויל ישראל זײַן אַן אינדזל און די אייראָפּעיִשע פֿאַראייניקונג ווערט אַליין אַ מין מיטעלן-מיזרח. די אייראָפּעיִשע פֿאַראייניקונג האָט אויסגעזען ווי אַן אויסגעצייכנטער געדאַנק, דער תּקיעת-שופֿר פֿון גלאָבאַליזאַציע, די ענדגילטיקע אויסלייזונג, דער סוף פֿון צײַט, דער טויט פֿון די שעדלעכע נאַציאָנאַליסטישע צוגאַנגען, גרענעצן, פֿאַראורטיילן. די אייראָפּעיִשע פֿאַראייניקונג האָט זיך אַרומגעטראָגן מיט זייער אַ צוציִענדיקן נדן: עקאָנאָמישע בליִונג, שלום צווישן פֿעלקער — טאַקע משיחס צײַטן.
ווי עס זעט אָבער אויס, קומט אין דער ווירקלעכקייט נישט אַלץ אַזוי שיין אויס, ווי עס וואָלט זיך געוואָלט. פּלוראַליזם און ליבעראַליזם אָן קלאָרע מיטלען פֿון זעלבסטשוץ און אָן גרענעצן, האָבן איין גורל — די אינוואַזיע פֿון די הײַנטיקע פּאַריער, אַרויסגעטריבענע פֿון דער אייגענער היים.
די אייראָפּעיִשע פֿאַראייניקונג קומט אָפּ צוליב דעם, וואָס זי האָט זיך אָפּגעגעבן בלויז מיט אירע פֿאַנטאַזיעס: דעמאָקראַטיע אין ליביע, עגיפּטן, פֿאַרשפּרייטן גערעכטיקייט (דאָס הייסט, איר גערעכטקייט) אין די אַראַבישע לענדער, און פֿאַרקוקט די „קליינע פּרטים‟: קאַדאַפֿי, דער מערדערישער טיראַן, האָט טרײַ געדינט ווי אַ „שלאָס‟ פֿון אייראָפּע אין דעם מיטלענדישן ים, און אייראָפּע האָט אים „פֿאַרקויפֿט‟.
אַזאַ צוגאַנג מצד אייראָפּע זעט מען לעצטנס אויך, ווען עס קומט צו ישׂראל. ישׂראל איז געוואָרן בײַ איר אַ מין „נעגעטיוו‟, אַ קליינטשיקע מדינה, באַוואָפֿנט ביז איבערן קאָפּ, מיט שטרענג באַוואַכטע גרענעצן און אַ באַשטימטער נאַציע; בשעת די אייראָפּעיִשע פֿאַראייניקונג האָט נישט קיין גרענעצן, פֿאַרמאָגט אַ שוואַכע אַרמיי און פּרעדיקט דעם טויט פֿון די נאַציעס און דעם פּאָסט-נאַציאָנאַליזם.
אינטערעסאַנט, דער אייראָפּעיִשער ריז האָט זיך פּלוצעם אַ וואַקל געטאָן אונטער דעם יאָך פֿון די פּליטים, און גיט זיך נישט קיין עצה מיט דער לאַגע, וואָס ער האָט אַליין געשאַפֿן; וואָס שייך ישׂראל, איז דער קאַרליק דערווײַל אַרויס פֿון דעם מצבֿ טרוקן.
הײַנט, ווילט זיך האָפֿן, פֿאַרשטייט מען אין ישראל, אַז אַן אָפֿענע געזעלשאַפֿט מיט אַלע אירע מעלות און חסרונות דאַרף זיך קענען באַשיצן. ישׂראל האָט אויפֿגעבויט אַ הויכע וואַנט בײַ דער גרענעץ מיט עגיפּטן און עס שײַנט, אַז אָט דער באַשלוס איז געווען אַ געלונגענער: די וואַנט האָט, אין אַ גרויסער מאָס, אָפּגעשטעלט דאָס שוואַרצן די גרענעץ מצד פּליטים און אַרבעט-זוכער פֿון אַפֿריקע; זי דינט אויכעט ווי אַ שפּיר-מיטל קעגן דער „איסלאַמישער מדינה‟ אין סיני.
איצטער איז צום דערוואַרטן, אַז דער פּראָיעקט פֿון בויען אַ וואַנט אויף דער מיזרחדיקער גרענעץ ליגט שוין אויפֿן טיש. דערווײַל, איז יאָרדאַניע פֿיל מער סטאַביל. דער קעניג אַבדאַלאַ גיט זיך אַן עצה מיט די דרוקן מצד דער „איסלאַמישער מדינה‟, סירישע און איראַקישע פּליטים, און דאָך, וואָלט געווען נישט פֿאַראַנטוואָרטלעך זיך צו פֿאַרלאָזן אויף דעם אייביק-שלאַבעריקן קעניגרײַך.
ווי ווײַט וועט ישׂראל קאָנען אויסמײַדן די אַרומיקע פּליטים־שטראָמען? דאָס קען מען נישט וויסן, נאָר איין זאַך איז קלאָר: ישׂראל קוקט זיך מיט אויפֿמערק צו צו די פֿאַרריסענע שכנים און לערנט זיך אָפּ. לאָמיר האָפֿן, אַז ירושלים וועט האַלטן די אויגן אָפֿן און דעם מוח לויטער, נישט נאָכצופֿאָלגן די פֿוסטריט פֿון דער אייראָפּעיִשער פֿאַראייניקונג, וואָס פֿאַלט אַ קרבן פֿון דער אייגענער רעטאָריק און פֿאַנטאַזיעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.