אײנס פֿון די סאַמע באַרימטע לידער אין דער מאָדערנער פּױלישער פּאָעזיע איז טשעסלאַװ מילאָשס „אַן אָרעמער קריסט קוקט אױפֿן געטאָ‟. אָנגעשריבן אין 1943 אין װאַרשע, איז דאָס אַ מין דיכטערישער „על־חטא‟ פֿאַרן פּױלישן גלײַכגילט לגבי דעם ייִדישן חורבן. מילאָש איז ניט געװען דער אײנציקער פּױלישער שרײַבער, װאָס האָט איבערגעלאָזט אַ ליטעראַרישן גּבֿית־עדות פֿונעם ייִדישן חורבן. ניט געקוקט אױף דעם דײַטשישן פֿאַרבאָט, האָבן אײניקע פּױלישע ליטעראַטן געפֿירט טאָגביכער, אין װעלכע זײ האָבן באַשריבן דאָס, װאָס איז געשען אַרום זײ ווי אויך זײערע מחשבֿות.
צום ערשטן מאָל װערן די דאָזיקע דאָקומענטן אַנאַליזירט — אינעם בוך פֿון רחל פֿעלדהאַי־ברענער, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון ייִדישע לימודים אינעם אוניװערסיטעט פֿון װיסקאָנסין (מעדיסאָן). זי באַטראַכט פֿינף שרײַבער, סײַ באַרימטע, װי יאַראָסלאַװ איװאַשקעװיטש און מאַריאַ דאָמבראָװסקאַ, און סײַ װײניק־באַקאַנטע, װי אַורעליאַ װילעזשינסקאַ. די פֿאָרשערין לײענט זײערע טאָגביכער, האַלטנדיק אַן אױג אױף דער עטישער פּראָבלעמאַטיק. דאָס װיכטיקסטע פֿאַר איר זײַנען ניט די פֿאַקטישע פּרטים, װאָרן קײן גרױסע חידושים זײַנען דאָרט ניטאָ, נאָר די מאָראַלישע חקירות פֿון די מחברים, זײערע פּרוּװן משׂיג צו זײַן די עטישע דימענסיע פֿון דער קאַטאַסטראָפֿע און זײער פּערזענלעכע באַציִונג דערצו.
די הומאַניסטישע עטיק פֿון דער אױפֿקלערונג, װאָס באַהאַנדלט אַלע מענטשן װי גלײַכע, האָט ניט אױסגעהאַלטן דעם אױספּרוּװ מיט דער נאַציסטישער אָקופּאַציע: אַזאַ איז דער אױספֿיר פֿונעם בוך. פֿאַר אַלע פּױלישע שרײַבער זײַנען די דײַטשן געװען די שׂונאים, און קײנער פֿון זײ איז ניט געװען קײן אַנטיסעמיט פֿאַר דער מלחמה. אָבער די סיטואַציע פֿון דער אָקופּאַציע, װען דאָס רובֿ פּאָליאַקן האָבן געמעגט װױנען אין זײערע הײמען, פֿאַרנעמען זיך מיט זײערע געשעפֿטן און אַרומגײן רעלאַטיװ פֿרײַ, בעת די ייִדן זײַנען פֿאַרשלאָסן געװאָרן אין די געטאָס און, סוף־כּל־סוף, אומגעבראַכט געוואָרן, האָט געשטעלט די פּױלישע אינטעליגענץ פֿאַר שװערע ברירות. װי װײַט האָבן זײ געװאָלט ריזיקירן מיט זײער אײגענעם לעבן און דעם לעבן פֿון זײערע קרובֿים, כּדי צו ראַטעװען אַ פּאָר ייִדישע נשמות? אײניקע פֿון זײ האָבן עס טאַקע געטאָן מיט גרױס מסירת–נפֿש. איװאַשקעװיטש און זײַן פֿרױ אַנאַ זײַנען באַערט געװאָרן װי „חסידי־אומות־העולם‟ דורך „יד־ושם‟. אַורעליאַ װילעזשינסקאַ איז דערשאָסן געװאָרן דורך די דײַטשן אין 1944.
װילעזשינסקאַס טאָגבוך איז מסתּמא דאָס סאַמע אינטערעסאַנטע צװישן אַלע, הגם עד־היום בלײַבט עס ניט פֿאַרעפֿנטלעכט. זי האָט געגלייבט, אַז דאָס ראַטעװען ייִדן איז איר מאָראַלישער חובֿ, װאָס דורך דעם קאָן זי אָפּהיטן איר מענטשלעכע װירדע; אָבער די טאָג־טעגלעכע דערפֿאַרונג האָט פֿאַר איר כּסדר געשטעלט שװערע פֿראַגעס, װאָס זי האָט אױפֿריכטיק באַטראַכט אין איר טאָגבוך. אײניקע פֿון אירע ייִדישע „האָדעװאַניקעס‟, װי זי האָט זײ גערופֿן, האָבן געהאַט צו איר כּלערלײ טענות און פֿאָדערונגען, װאָס זי איז פּשוט ניט געװען אימשטאַנד אױסצופֿירן. זי האָט זיך אַפֿילו אױסגעמאָלט אַ פֿאַנטאַסטיש בילד, װי נאָך דער מלחמה װעלן די אַלע ייִדן, וועלכע זי האָט געראַטעוועט, קומען צו איר און זי באַשולדיקן, אַז זי האָט ניט גענוג אױפֿגעטאָן, כּדי זײ צו העלפֿן. אײן טאָג פֿאַרשרײַבט זי מיט ייִאוש: „איך האָּב מורא, אַז סוף־כּל־סוף װעל איך זײ האַסן.‟
די דײַטשישע אָקופּאַציע האָט גורם געװען, אַז אַפֿילו די סאַמע דרײסטע און באַרעמהאַרציקע פּאָליאַקן האָבן מער ניט געקאָנט באַטראַכטן די ייִדן װי מענטשן באַגלײַך מיט זײ. די דײַטשן האָבן צוגענומען בײַ די ייִדן זייער פֿרײַען װילן. די אײנציקע ברירה װאָס איז פֿאַרבליבן פֿאַר זיי אין דער געטאָ, איז דער אופֿן פֿון שטאַרבן — װי פּאַסיװע קרבנות אָדער װי קעמפֿער. אָבער אױב זײ האָבן געװאָלט זיך ראַטעװען אין אַ באַהעלטעניש, זײַנען זײ געװען אין גאַנצן אָפּהענגיק פֿונעם גוטן װילן און מסירת־נפֿש פֿון די פּאָליאַקן. ניט אַלע פּאָליאַקן, אַפֿילו די, װאָס האָבן פֿרײַװיליק געהאָלפֿן די ייִדן, זײַנען געװען אַזױ פֿרײַנדלעך צו זײ װי אַורעליאַ װילעזשינסקאַ. מאַריאַ דאָמבראָװסקאַ, אַ באַקאַנטע שרײַבערין, װאָס האָט פֿאַר דער מלחמה דרײסט קריטיקירט די אַנטיסעמיטישע פּאָליטיק פֿון דער פּױלישער רעגירונג, האָט געהאַלטן, אַז ייִדן טרײַבן צומאָל איבער זײערע צרות און מאַכן זיך ניט װיסנדיק, אַז אַלע תּושבֿים פֿון פּױלן האָבן געליטן אונטער די דײַטשן.
די אָקופּאַציע האָט חרובֿ געמאַכט דעם חלום פֿון ייִדיש־פּױלישן צוזאַמענלעבן, און שולדיק דערין זײַנען געװען, לױט דאָמבראָװסקאַ, בײדע צדדים. פֿאַר דער מלחמה איז דער פּױלישער אַנטיסעמיטיזם געװען שלעכט סײַ פֿאַר ייִדן, און סײַ פֿאַר פּאָליאַקן. אָבער נאָך דער מלחמה האָבן זיך די ניצול־געװאָרענע ייִדן, װאָס האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, זיך נוקם געווען אין די פּאָליאַקן — אַזױ האָט דאָמבראָװסקאַ אָפּגעשאַצט די אַקטיװע ראָלע פֿון אײנצלנע ייִדישע קאָמוניסטן אינעם אױפֿשטעלן דעם פּראָ–סאָװעטישן רעזשים. דערבײַ איז איר פּאָזיציע ניט געװען אױסגעהאַלטן. זי האָט אויך באַמערקט, אַז ייִדן זײַנען געװען אַקטיוו סײַ צװישן די קעגנער און סײַ צווישן די קריטיקער פֿון דער קאָמוניסטישער מאַכט. זי האָט זיך אַפֿילו באַקלאָגט, אַז עס איז אינטערעסאַנטער צו רעדן מיט די ייִדישע אינטעליגענטן אײדער מיט די פּױלישע, װײַל דװקא די ייִדן זײַנען געװאָרן די „בירגער פֿונעם ערשטן קלאַס‟ אין פּױלן נאָך דער מלחמה.
װען מען לײענט די דאָזיקע מאַטעריאַלן, בפֿרט ספּעציעל אױסגעקליבן פֿון אַ געװיסן קוקװינקל, דאַרף מען האַלטן אין זינען, אַז דאָס זײַנען פּריװאַטע מחשבֿות, װאָס מען האָט פֿאַרשריבן פֿאַר זיך אַלײן. אין זײערע עפֿנטלעכע אױסדרוקן זײַנען די דאָזיקע שרײַבער געװען מער אָפּגעהיט אין זייערע אָפּשאַצונגען. די מאָראַלישע קשיאות, מיט װעלכע זײ האָבן זיך געראַנגלט, בלײַבן אַקטועל אױך פֿאַר אונדזער צײַט. פֿעלדהאַי־ברענער דערמאָנט דעם לײענער, אַז די „דירעקטע גבֿית־עדותן פֿונעם שױדער בעתן חורבן שטרײַכן אונטער די טראַװמע, װאָס מאָטיװירט דאָס אָפּגעבן זיך הײַנט מיטן אויספֿאָרשן די חורבן־דערפֿאַרונג און אירע פּועל־יוצאס‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.