סאַראַיעוואָ־הגדה ווערט ווידער אַרויסגעשטעלט

Sarajevo Haggadah To Be Displayed Once Again


פֿון דאַריאַ סיטאָ־סוציץ (Forward)

Published September 10, 2015, issue of October 02, 2015.

די אָנגעשטעלטע פֿונעם נאַציאָנאַלן מוזיי אין באָסניע, באַקאַנט ווי דער „בריטישער מוזיי פֿון די באַלקאַנען‟, האָבן מיטוואָך זיך אומגעקערט צו דער אַרבעט, גרייטנדיק זיך אויף דער ווידער־עפֿענונג פֿון דער אינסטיטוציע, וואָס מע האָט געשלאָסן מיט דרײַ יאָר צוריק צוליב אַ דוחק פֿון פֿאָנדן.

די מלוכישע אינסטאַנצן האָבן צוגעזאָגט צו באַזאָרגן דעם אָנגעזעענעם סאַראַיעוואָ־מוזיי מיט פֿאָנדן, כּדי אים צו עפֿענען דעם 15טן סעפּטעמבער. דער מוזיי, וואָס באַשטייט פֿון כּלערליי פּאַוויליאָנען פֿון אַרכעאָלאָגיע, עטנאָלאָגיע, וויסנשאַפֿט און אַן אַרומנעמיקער ביבליאָטעק, איז די גרעסטע אינסטיטוציע פֿון אַזאַ סאָרט אינעם ראַיאָן, און נעמט אַרײַן 4 מיליאָן חפֿצים.

צווישן די עקספּאָנאַטן געפֿינט זיך אויך די סאַראַיעוואָ־הגדה פֿונעם 14טן יאָרהודנדערט — איינע פֿון די עלטסטע ספֿרדישע הגדות אויף דער וועלט. זי האָט געפֿונען אַ היים אין סאַראַיעוואָ נאָכן גירוש־שפּאַניע, און ווערט הײַנט באַצייכנט ווי אַ סימבאָל פֿון רעליגיעזער קאָ־עקזיסטענץ אין באָסניע.

דער 127־יאָריקער מוזיי האָט איבערגעלעבט דעם צוזאַמענפֿאַל פֿון דער עסטרײַכיש־אונגערישער אימפּעריע, די צוויי וועלט־מלחמות און די צעטיילונג פֿון יוגאָסלאַוויע, אָבער איז אין לעצטן סך־הכּל, געפֿאַלן אַ קרבן פֿון באָסניעס קאָמפּליצירטער רעגירונג־סיסטעם.

דער סטאַטוס פֿון מוזיי, ווי פֿון זעקס אַנדערע נאַציאָנאַלע אינסטיטוציעס, איז קיין מאָל נישט פֿאַרענטפֿערט געוואָרן נאָך דעם ווי דאָס לאַנד איז צעשפּאַלטן געוואָרן אויף צוויי באַזונדערע עטנישע ראַיאָנען, נאָך דער באָסנישער מלחמה פֿון 1995-1992. די סערבישע רעפּובליק האָט זיך אָפּגעזאָגט צו פֿינאַנצירן דעם מוזיי, ווײַל דער בנין געפֿינט זיך נישט אויף איר טעריטאָריע. אין אָקטאָבער 2012 האָט די פֿאַרוואַלטונג פֿון מוזיי געשלאָסן זײַנע טירן.

במשך פֿון דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש האָבן מער ווי 1,500 מענטשן איבערן לאַנד זיך אָנגעשלאָסן אין דער קאַמפּאַניע, „איך בין דער מוזיי‟; פֿירמעס און יחידים האָבן געשאָנקען טעכנישע אויסשטאַטונג. פֿאַראַיאָרן אָקטאָבער האָט די שטאָט דורכגעפֿירט אַ קאָנצערט, געווידמעט דער רײַזע פֿון דער 600־יאָריקער הגדה פֿון שפּאַניע, קיין איטאַליע, און דערנאָך קיין סאַראַיעוואָ.

„ס׳איז זייער אַן אייגנאַרטיקע געשיכטע, אָבער אויך אוניווערסאַל,‟ האָט באַמערקט מערימאַ קליוקאָ, דער קאָמפּאָזיטאָר פֿונעם ווערק, וואָס מע האָט געשפּילט אויפֿן קאָנצערט. „איינע פֿון די טיילן פֿונעם ווערק שילדערט דעם עקסאָדוס פֿון שפּאַניע, אָבער הײַנט קען מען עס אויך אויסטײַטשן ווי דער עקסאָדוס פֿונעם סירישן פֿאָלק.‟