פֿאַרוואָס וועט מײַן זון נישט האָבן קיין בר־מיצווה

Why My Son Won‘t Be Having a Bar Mitzvah

Anya Ulinich

פֿון ניל פּאָלאַק* (Forward)

Published September 10, 2015, issue of October 02, 2015.

מײַן זון וועט ווערן 13 יאָר אַלט דעם קומענדיקן האַלאָווין, אָבער קיין בר־מיצווה וועט ער נישט האָבן. איך שעם זיך, אָבער אַזוי האָב איך באַשלאָסן, ווײַל מײַן ייִנגל פֿילט זיך נישט ווי אַ ייִד.

ווען מײַן זון, אליהו, האָט אַ גאַנצע שעה געשמועסט וועגן דעם ענין פֿון בר־מיצווה מיט אַ ראַבינער, אַ פּשוטער, אָפֿענער און ליבעראַלער מענטש, האָב איך אים אויפֿן וועג אַהיים געבעטן צו דערציילן וועגן דעם שמועס. אליהו האָט דערציילט, ווי ער האָט דערקלערט דעם ראַבינער, אַז ער גלייבט נישט אין גאָט. דער ראַבינער האָט אויף דעם געענטפֿערט, אַז ס׳איז נאָרמאַל צו זײַן אַ סקעפּטיקער אָדער נישט גלייבן, אָבער ייִדישקייט איז אַ סך ברייטער ווי אמונה און תּפֿילות, דערפֿאַר איז כּדאַי נאָך אַלץ צו פּראַווען אַ בר־מיצווה. כ׳האָב באַמערקט, אַז ס׳איז טאַקע אַזוי. מײַן זון האָט באַטאָנט, אַז ער וויל נישט האָבן קיין בר־מיצווה, ווײַל ער פֿילט זיך נישט ווי אַ ייִד און וויל גאָרנישט האָבן צו טאָן מיט רעליגיע. דעמאָלט האָב איך טאַקע פֿאַרשטאַנען, אַז אַלע מײַנע פֿריִערדיקע בר־מיצווה־פּלענער זענען דורכגעפֿאַלן.

הגם מײַן פֿרוי איז נישט קיין ייִדישע, האָבן מיר אַ מזוזה אויף דער טיר און אַ מנורה הינטערן גלאָז אין דער שאַפֿע. כּשרות און שבת היטן מיר נישט. אונדזערע געסט פֿרעגן אַמאָל, צי מיר האָבן אַ ייִדישע היים. אין דער אמתן, ווייס איך נישט.

ווען אליהו האָט זיך געלערנט אינעם דריטן קלאַס, האָבן מיר זיך אָנגעשלאָסן אין אַ סינאַגאָגע, און ער האָט אָנגעהויבן גיין יעדן זונטיק אין אַ העברעיִשער שול. די ערשטע פּאָר יאָר איז עס אים געפֿעלן געוואָרן און ער האָט אָנגעהויבן פֿאַרברענגען די צײַט מיט זײַנע ייִדישע חבֿרים. שפּעטער אָבער, איז אים די ייִדישע זונטיק־שול נימאס געוואָרן און ער האָט זיך אָפּגעזאָגט אַהין צו גיין. מיר האָבן אַפֿילו געדאַרפֿט שלעפּן אים אַהין בגוואַלד. אין אַ געוויסן מאָמענט, האָט ער דערקלערט, אַז ער איז נישט קיין ייִד. שפּעטער, ווען איך האָב געבראַכט מײַן זון צו דאַוונען ראָש־השנה אין דער סינאַגאָגע, איז ער דאָרטן אָפּגעזעסן דרײַ און האַלב שעה. צום סוף, האָט ער אויסגעזען אויסגעמאַטערט און טויט־בלאַס.

איך האָב נישט ליב די ריזיקע אַמעריקאַנער בר־מיצוות, וואָס קאָסטן אָפּ טויזנטער דאָלאַרן און שמעקן מיט מאַטעריאַליזם, ווי אויך מיט כּמעט היסטערישער קאָנקורענץ. דערפֿאַר האָבן מיר געטראַכט צו פּראַווען אַן אייגענע בר־מיצווה, אַ באַשיידענע און היימישע. ווען ס׳איז געקומען די צײַט זיך צו גרייטן, האָט מײַן ייִנגל געפֿרעגט, פֿאַרוואָס קען ער נישט האָבן אַ פּריוואַטן לערער, אַזוי ווי ס׳רובֿ זײַנע ייִדישע חבֿרים. כ׳האָב געענטפֿערט, אַז אין דער סינאַגאָגע לייגט מען פֿאָר אומזיסטע קלאַסן. „פֿאָרוואָס זאָל איך גיין אַהין, אויב איך פֿיל זיך נישט ווי אַ ייִד?‟, האָט ער געטענהט.

ווי געזאָגט, איז דער פּלאַן דורכגעפֿאַלן, ווען מײַן זון האָט מיט דער זעלביקער פֿראַזע באַשלאָסן, אַז ער וויל נישט פּראַווען קיין בר־מיצווה — און פֿאַרטיק. פֿאַר מײַנע טאַטע־מאַמע איז עס געווען ממש אַ קלאַפּ. מײַן מאַמע האָט מיך באַשולדיקט אין שעמען זיך מיט מײַן ייִדישן ייִחוס און אַפֿילו אין אַנטיסעמיטיזם. מײַנע באָבע־זיידע פֿון טאַטנס צד האָבן זיך געראַטעוועט פֿון די נאַציס אין די 1930ער יאָרן; פֿאַר מײַנע עלטערן מיינט מײַן זונס אָפּזאָג, אַז ער לייקנט אָפּ די משפּחה־ירושה.

מײַן זון זעט אָבער נישט קיין שלעכטס אין זײַן באַשלוס. ער האָט גאָרנישט קעגן זײַנע ייִדישע אָבֿות, אָבער וויל זיך נישט אַסאָציִיִרן מיט וועלכער־ניט־איז אָפֿיציעלער רעליגיע. ער איז אַ גוט, סימפּאַטיש און קלוג ייִנגל, וואָס באַציט זיך וואַרעם צו מענטשן און בעלי־חיים; ער האָט ליב גוטע ביכער און פֿילמען, וואָס פֿאַרטיידיקט דעם סאָציאַלן יושר און האַלט קעגן ראַסיזם און האָמאָפֿאָביע. עס קאָן זײַן, אַז אַמאָל וועט ער זיך פֿאַראינטערעסירן מיט ייִדשקייט און חרטה האָבן, אַז ער האָט נישט געהאַט קיין בר־מיצווה. דערווײַל האָט ער אָבער נישט קיין חשק דערצו, און צווינגען קען איך אים נישט.


  • ניל פּאָלאַק איז אַ שרײַבער און אַ זשורנאַליסט. זײַן לעצטער ראָמאַן Repeat („חזר איבער‟) איז אַרויס אין 2015.