כ’װעל אָנהײבן פֿון דער װײַטן. װען איך האָב זיך באַפֿרײַט פֿון דער מיליטער־טורמע און מע האָט מיך אַרױסגעשמיסן פֿון דער אַרמײ, האָב איך ממשיך געװען מיט מײַנע טעאַטער־לימודים און גלײַך זיך פֿאַרליבט אין אַ יונגער פֿרױ אַ סטודענטקע, אַן אוצר מיט אַ זעלטענער לױטערער נשמה. צו די אַלע מעלות איז זי געװען אַ טאָכטער פֿון אַ באַקאַנטן קינאָ־רעזשיסאָר, און אַ דאַנק איר טאַטנס הױכער „פּאָלאָזשעניע‟ פֿלעגן מיר באַזוכן אַלע „פֿאַרמאַכטע‟ פּרעמיערעס פֿון די פֿילמען, און צװישן זײ אױך אַזעלכע, װעלכע די קאָמוניסטישע צענזור האָט פֿאַרבאָטן צו ווײַזן פֿאַרן ברײטן עולם. אײנער פֿון אַזעלכע פֿילמען איז געװען אַנדרײ טאַרקאָװסקיס „אַנדרײ רובליאָװ‟ — אַ געניאַלער פֿילם, װעלכער האָט אין יענע יאָרן אַרױסגערופֿן אַ שטומע אַנטציקונג בײַ דער שעפֿערישער אינטעליגענץ אױף אַלע קאָנטינענטן.
דער לעצטער, אַכטער עפּיזאָד פֿונעם פֿילם דערצײלט װעגן אַ בחורל אַ הולטײַ, באָריסקע (דימינוטיװ פֿון באָריס), אַ זון פֿון אַ גלאָקן־גיסער, װעלכער איז אומגעקומען בעת אַ טאָטערישער אינװאַזיע. דער רוסישער גרױספֿירשט בױט אַ קלױסטער און זוכט אַ מײַסטער, אַ קינסטלער, װאָס זאָל אױסגיסן אַ גרױסן גלאָק; אָבער קײן אײן מײַסטער איז נישט געבליבן בײַם לעבן. דאָס בחורל באָריסקע, װעלכער האָט ניט קײן אַנונג אין גלאָקן־גיסערײַ, און טאַקע באין־ברירה, כּדי צו ראַטעװען זיך דאָס לעבן, פֿאַרזיכערט ער דעם גרױספֿירשט, אַז ער קען דעם סוד פֿון גלאָקן־גיסערײַ, און נעמט זיך אונטער אױסצוגיסן דעם גרױסן גלאָק. מיט דער הילף פֿון אַ פּאָר הונדערט אָפּגעריסענע פּױערים־באָסיאַקעס האָט ער עס טאַקע מקײם געװען.
און אָט, דעם גלאָק, װאָס די װעלט האָט נאָך אַזאַ ניט געזען, האָט מען אױפֿגעהאָנגען אױפֿן גלאָקן־טורעם. זײַן שטים איז שײן און רײן, מע הערט אים פֿון איין עק װעלט ביזן אַנדערן עק װעלט, און דאָס בחורל באָריסקע זיצט אױף דער ערד און יאָמערט צום הימל: גאָטעניו, פֿאַרגיב מיר מײַן חוצפּה… כ’האָב אַלעמען אָפּגענאַרט… כ’האָב קײן מאָל אין מײַן לעבן ניט געגאָסן קײן גלעקער…
װאָס קען מען דאָ זאָגן?… אַזאַ מין געשעעניש רופֿן די ייִדן אָן „השגחה־עליונה‟. איך רעד װעגן די פּלוצעמדיקע איבערנאַטירלעכע פֿעיִקײטן פֿון דעם בחורל באָריסקע. איך װײס ניט גענױ, צי טאַרקאָװסקי האָט געהאַט בדעה די פּאַראַלעל מיטן תּנכישן יוסף הצדיק, װעלכער האָט אין משך פֿון אײן נאַכט זיך אױסגעלערנט זיבעציק שפּראַכן, נאָר די צװײ זאַכן — דאָס קינסטלערישע גיסערײַ און דאָס קינסטלערישע װאָרט — זײַנען אין מײַן האַרץ ניט אַנדערש װי צװײ זײַטן פֿון אײן גאָלדענער מטבע — קונסט. און כּדי אַ קונסטװערק זאָל װערן אַן אמת קונסטװערק, איז נײטיק נאָר אײן קלײניקײט — השגחה־עליונה.
פֿאַרשטײט זיך, אַז ס’זײַנען דאָ אױך אַנדערע װעגן צו שאַפֿן אַ װערטפֿול קינסטלעריש װערק, און צװישן זײ דער סאַמע לאַנגער און שװערער װעג — דאָס טאָג־טעגלעכע לערנען זיך, פֿאַרקנאָטן אױף דער שװערער האָרעװאַניע. אָבער, אױך די שװערע פּראַציע איז נאָך ניט קײן גאַראַנטיע פֿון אַ לאַנג־יאָריקן דערפֿאָלג, אױב דער קינסטלער װערט ניט געטראָפֿן פֿון אַ „גאָטספֿונק‟. דער דאָזיקער „גאָטספֿונק‟, אָדער טאַלאַנט, גאַראַנטירט ניט קײן אַלװעלטלעכע פּאָפּולערקײט, אָבער ער, דער טאַלאַנט, קען יאָ גאַראַנטירן אַ רעלאַטיװ הױכן פּראָפֿעסיאָנעלן ניװאָ פֿון דעם אָדער אַנדערן קונסטװערק. ליטעראַטור, אין דעם פֿאַל, איז ניט קײן אױסנאַם, נאָר פֿאַרקערט; ליטעראַטור איז דאָס גרעסטע סעמאַנטישע פֿעלד, אױף װעלכן דער שרײַבער פּאַשעט אױס זײַנע געפֿילן און געדאַנקען.
מיט אַ יאָר צוריק האָב איך שױן געשריבן, אַז אַלע ייִדישע ביכער, װעלכע דערשײַנען אין משך פֿון אַ יאָר, קען מען איבערלײענען פֿאַר אַ װאָך. לײַדער, די פֿאַראַיאָריקע אַריטמעטיק האָט אַ טענדענץ צו דערגרײכן דעם אַבסאָלוטן נול.
װען מיר רעדן װעגן ליטעראַטור װי אַ פֿאַך, און די ייִדישע ליטעראַטור איז דאָך ניט קײן אױסנאַם, האָבן מיר אין זינען די פּראָפֿעסיאָנעלע שרײַבער, װעלכע ציִען די חיונה פֿון זײער פּראַציע, דהײַנו: פֿון שרײַבן און אַרױסלאָזן זײערע ביכער, פֿון פֿאַרקױפֿן זײערע ביכער און מיט דעם מפֿרנס זײַן זיך און די משפּחה. אין אונטערשײד פֿון די פּראָפֿעסיאָנעלע קינסטלער, פֿאַר די אַמאַטאָרן איז די ליטעראַטור און קונסט — שרײַבערײַ, מאָלערײַ, באַלעט וכּו’ — ניט מער װי אַ ליבהאָבערישע טעטיקײט און אַ צוגאָב צו זײער עיקרדיקער פּרנסה, װי אַ סטאָליער, אַ שנײַדער, אַ בױער, אַן אינזשעניר, אַ מוזיקער, אַ בוכהאַלטער אאַ“װ. אַזױ איז דאָס געװען, אַזױ איז דאָס געבליבן, און אַזױ, װײַזט אױס, װעט עס שוין בלײַבן.
צי האָט איר שױן געזען אַ כירורג אָדער אַ פּילאָט אָן אַ ספּעציעלער בילדונג?… פּונקט אַזױ קומט עס פֿאָר ניט נאָר אין מעדיצין, נאָר אין אַלע געביטן פֿון קונסט. דער אמת איז, אַז אונדזערע קלאַסיקער האָבן זיך ניט געלערנט אין די גױיִשע אוניװערסיטעטן, אָבער די תּלמודישע בילדונג, װעלכע זײ האָבן באַקומען, איז געװען און געבליבן אױף אײנעם פֿון די העכסטע בילדונגס־ניװאָען אין דער װעלט. און אַז מע האָט נאָך אַ שטיקל גליק צו קריגן פֿון הימל אַ „גאָטספֿונק‟ פֿון טאַלאַנט, בלײַבט נאָר אַרבעטן און שאַפֿן. ניט בלויז די ייִדישע קלאַסיקער, נאָר אױך דבֿ־בערל שטאָק, װעלכער האָט בכלל ניט באַקומען קײן פֿאָרמעלע װעלטלעכע בילדונג, װאָלט קײן מאָל ניט געװאָרן דער גרױסער ליטעראַטור־פֿאָרשער; פּראָפֿעסאָר דבֿ סדן, װען ער װאָלט ניט געבױרן געװאָרן מיט אַ „גאָטספֿונק‟ אין האַרצן.
אין די מיט־1980ער יאָרן האָט זיך אױסגעפֿורעמט דער קרײַז פֿונעם הײַנטצײַטיקן נאָך־מלחמהדיקן דור ייִדישע שרײַבער: לעװ בערינסקי, באָריס סאַנדלער, װעלװל טשערנין, משה לעמסטער, יצחק ניבאָרסקי, דבֿ־בער קערלער, מיכאל פֿעלזענבאַום, גענאַדי עסטרײַך, טאָמאַס סאָקסבערגער, דװיד כּץ, קאָבי װײַצנער, בער קאָטלערמאַן, אַלכּסנדר בעלאָוסאָװ און צבֿי כּנר — בײדע אונדז צו לאַנגע יאָרן, לאה ראָבינסאָן, שלום בערגער, פּעליקס חײמאָװיטש, ישׂראל נעקראַסאָװ (מוחל, אױב כ’האָב עמעצן פֿאַרגעסן), און אין משך פֿון די לעצטע דרײַסיק יאָר האָט זיך כּמעט ניט געביטן די סדרדיקײט פֿון אַרױסלאָזן אַ נײַ בוך פֿון עמעצן פֿון די דערמאָנטע שרײַבער.
מיר שטײען אױף דער שװעל פֿונעם נײַעם תּשע“ו, 5776טן יאָר. און װאָס קען שױן אָנװינטשן אַ שרײַבער זײַנע פֿאַך־ברידער־און־שװעסטער און דעם עולם לײענער? היט אָפּ אײַער ליבע צו ייִדיש און ייִדישקייט און לאָזט ניט צאַנקען דעם „גאָטספֿונק‟, װאָס נײטיקט זיך אין אײַער טאָג־טעגלעכער עבֿודה. אָמן ואָמן…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.