ידיעות פֿון מאָסקווע

News From Moscow

דער „לימוד‟־פֿעסטיוואַל אין דער טאָטערישער שטאָט קאַזאַן
Courtesy of immudvu.ru
דער „לימוד‟־פֿעסטיוואַל אין דער טאָטערישער שטאָט קאַזאַן

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published September 10, 2015, issue of October 02, 2015.

דער טאָג פֿון מאָסקווער פֿון אַ ייִדישער פּערספּעקטיוו

דעם פֿאַרגאַנגענעם סוף־וואָך האָט מאָסקווע געפּראַוועט דעם געבוירן־טאָג פֿון דער שטאָט. די שטאָט איז צום ערשטן מאָל דערמאָנט געוואָרן אין דער היסטאָרישער כראָניק מיט 868 יאָר צוריק. די חגא האָט געפּראַוועט אויך דער נײַער מאָסקווער ייִדישער מוזיי. דאָרטן זענען אָרגאַניזירט געוואָרן טאַנץ־קלאַסן, אַוואַנגאַרד־אינסטאַלאַציעס, אַ פּראָגראַם פֿאַר קינדער און אַן אומגעוויינטלעכע עקסקורסיע — „ייִדישע געשיכטע אין ייִדישע לידער‟. די עקספּאָזיציע פֿונעם מוזיי איז געווידמעט דער געשיכטע און דעם שטייגער פֿון ייִדן אין רוסלאַנד, און אויף דער עקסקורסיע האָט דער וועגווײַזער, מאָטל גאָרדאָן, אַ קלעזמער און פֿאָרשער פֿון סאַנקט־פּעטערבורג, אילוסטרירט די דערמאָנטע דערשײַנונגען מיט לידער וועגן דער ייִדישער קהילה, איר סאָציאַלער און עקאָנאָמישער סטרוקטור, וועגן היסטאָרישע געשעענישן, קאָלווירטן, עמיגראַציע און רעוואָלוציע.

אינעם פּראַווען דעם טאָג פֿון דער שטאָט האָט אויך אָנטייל גענומען דער ייִדישער טעאַטער „שלום‟. זײַנע אַקטיאָרן האָבן געגעבן אַ קאָנצערט אין פּאַרק און אַ ספּעקטאַקל אויף איינער פֿון די מאָסקווער פּלאַצן.


דער נײַער סעזאָן פֿון „אשכּולות‟

עס האָט געעפֿנט זײַן נײַעם סעזאָן דער פּראָיעקט „אשכּולות‟. זונטיק דעם 6טן סעפּטעמבער איז פֿאָרגעקומען אַ באַגעגעניש, אָרגאַניזירט אין די ראַמען פֿון מיטאַרבעט צווישן „אשכּולות‟ און מאָסקווער „געטע־אינסטיטוט‟. פֿריִער האָבן שוין די ביידע אָרגאַניזאַציעס געהאַט אָרגאַניזירט אַ ריי רעפֿעראַטן, געווידמעט דער ייִדישער קולטור אין דײַטשלאַנד. דאָס מאָל איז די רייד געגאַנגען וועגן די מאָדערנע שילן אין דײַטשלאַנד. דער אַרכיטעקט מאַנועל הערץ, וואָס האָט געבויט אַ שיל אין מײַנץ, האָט דערציילט וועגן זײַן אַרבעט, ווי אויך וועגן אַנדערע שילן אין דרעזדען, מינכן און אולם — סימבאָלן פֿון ייִדישן ווידערגעבורט נאָכן חורבן. הערץ האָט אַנטפּלעקט די קאָמפּליצירטע אידעאָלאָגיע פֿונעם נײַעם סטיל: די אײַנפֿאַלן פֿונעם אַרכיטעקט, די באַשטעלונג פֿון דער קהילה, דעם אינטערעס פֿון דער מלוכה. ער האָט באַטראַכט די שיל־אַרכיטעקטור אינעם ברייטערן קאָנטעקסט פֿון ייִדישער אַרכיטעקטור אין דײַטשלאַנד און פֿון יהדות — מיצוות, וואָס האָבן צו טאָן מיטן רוים.


די פֿאַרלאַגן „גשרים‟ און „קניזשניקי‟ אויפֿן יערלעכן ביכער־יריד

אַ וויכטיק אָרט אינעם קולטור־לעבן האָט פֿאַרנומען דער יערלעכער ביכער־יריד, וואָס קומט פֿאָר שוין צום 28סטן מאָל אין באַרימטן סאָוועטישן קאָמפּלעקס, „אויסשטעלונג פֿון דערגרייכונגען פֿון פֿאָלקס־ווירטשאַפֿט‟. אין דעם יריד האָבן אָנטייל גענומען אויך „גשרים‟ און „קניזשניקי‟ — די צוויי ייִדישע פֿאַרלאַגן. צווישן די אויסגאַבעס פֿון „קניזשניקי‟ האָבן זיך צום בעסטן פֿאַרקויפֿט די ראָמאַנען, איבערגעזעצט פֿון ייִדיש און העברעיִש.


אַ באַגעגעניש אינעם סטודענטישן קלוב „הילל‟

אין מאָסקווער ייִדישן סטודענטישן קלוב „הילל‟ איז פֿאָרגעקומען אַ באַגעגעניש מיט פּנחס פּאָלאָנסקי, טוער פֿון ייִדישער רעליגיעזער בילדונג. ער איז געקומען קיין מאָסקווע אויף אַ וויזיט און האָט זיך באַגעגנט מיט די מאָסקווער ייִדישע סטודענטן. אויף דער באַגעגעניש האָט ער זיי דערציילט וועגן די תּשרי־יום־טובֿים, זייער געשיכטע, און ווי אַזוי מע האָט זיי געפּראַוועט אין סאָוועטישע צײַטן, צווישן די „רעפֿיוזניקעס‟.


דער „לימוד‟־פֿעסטיוואַל — אין דער טאָטערישער שטאָט קאַזאַן

אַ ידיעה פֿון קאַזאַן, דער הויפּטשטאָט פֿון טאַטאַרסטאַן. דאָרטן איז פֿונעם 4טן ביזן 6טן סעפּטעמבער פֿאָרגעקומען דער פֿעסטיוואַל „לימוד‟ — אַ המשך פֿון מאָסקווער „לימוד‟. דאָס רובֿ רעפֿעראַטן האָבן געהאַלטן מענטשן, וואָס זענען געקומען ספּעציעל אויפֿן פֿעסטיוואַל פֿון מדינת־ירשׂאל און פֿון מאָסקווע, בתוכם דער הויפּט פֿונעם אייראָ־אַזיאַטישן קאָנגרעס — מיכאַיִל טשלענאָוו; דער געשעפֿטסמאַן יעווגעני סאַטאַנאָווסקי, און די פּאָפּולערע פּסיכאָלאָגין אין רוסלאַנד — ליודמילאַ פּעטראַנאָווסקאַיאַ.

אַחוץ „לימוד‟, איז אין קאַזאַן פֿאָרגעקומען אַ פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער מוזיק. מע האָט געפּראַוועט דעם 100־יאָריקן יוביליי פֿון דער קאַזאַנער שיל. אין דער צערעמאָניע האָט אָנטייל גענומען דער פּרעזידענט פֿון טאַטאַרסטאַן און דער הויפּט־רבֿ פֿון רוסלענדישן חב״ד ר’ בערל לאַזאַר.


סאַראַטאָוו: דערעפֿנט געוואָרן אַ מתנגדישע שיל „בית־שמשון‟

די רבנים פֿון מתנגדישער קהילה האָבן זיך דעם 6סטן סעפּטעמבער צונויפֿגעקליבן אין דער שטאָט סאַראַטאָוו, וווּ מע האָט געעפֿנט אַ נײַעם קהילה־צענטער מיט אַ שיל „בית־שמשון‟. ס’איז אָרגאַניזירט געוואָרן אַ רבנישע קאָנפֿערענץ מיט דרשות פֿון דעם הויפּט פֿון דער ירושלימער ישיבֿה, ר’ יוסף חבֿרוני.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.