(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אין 2013, גלײַך נאָך דעם אויפֿרײַס אין באָסטאָנער „מאַראַטאָן‟־געלויף, האָט זיך די פּרעסע צוגעאײַלט אָפּצונײגן דעם פֿאַקט, אַז די צאַרנאַיעוו ברידערלעך זײַנען באַאײַנפֿלוסט געוואָרן פֿון דער איסלאַמישער דיקטאַטור און איר ראַדיקאַליזם. אונדזער פּרעזידענט אָבאַמאַ אַליין האָט זיך אָפּגעהאַלטן פֿון באַצײכענען עס ווי אַן איסלאַמיש, פּראָוואָקאַטיווער אינצידענט.
הירסי אַלי דערקלערט אין איר בוך, אַז די מערבֿדיקע פֿירער און פּאָליטיקער אײַלן זיך גאָרנישט צוצוגעבן, אַז די פּראָבלעם האָט עפּעס צו טאָן מיט זייער גלויבן. נאָך אַלעמען, טענהן די מעסיק גלויביקע אַראַבער, איז איסלאַם אַ פֿרידלעכע רעליגיע. הײַנט שטרענגט מען זיך אָן צו דערקלערן, אַז די פֿאַרברעכנס געהערן בלויז צו אַן עקסטרעמער גרופּע, וואָס לײַדט פֿון משוגעת.
די מחברטע שרײַבט אַ סך וועגן דער באַציִונג פֿון די איסלאַמיסטן צו ייִדן און קריסטן. זי דערקלערט: „די מעדינאַ־מוסולמענער רופֿן די ייִדן און קריסטן ׳חזירים׳ און ׳מאַלפּעס׳; זיי האַלטן, אַז די גרופּעס געהערן בכלל צו אַ פֿאַלשער אמונה.‟
היסטאָריש גערעדט, שרײַבט הירסי אַלי, אַז נאָך דער צוקונפֿטיקער אינוואַזיע פֿון איסלאַם אויף די פֿעלקער פֿון דער וועלט, וועלן זיי זיך אָפּרעכענען מיט די הערעטיקער און אָפּנײגער פֿונעם קאָראַן. זי דערמאָנט אויך, אַז די אַראַבער גופֿא רופֿן זיך „דאָס פֿאָלק פֿונעם בוך‟ (עם־הספֿר). דעמאָלט וועלן די איסלאַמיסטן צווינגען די ייִדן, קריסטן, און זאָראָאַסטריאַנער (אַלט פּערסיש פֿאָלק מיט אַן אייגענעם גלויבן) אָפּצאָלן אַ ספּעציעלן שטײַער ווי אַ סימן פֿון זייער בושה און דערנידעריקונג; און ווען זיי וועלן האָבן דאָס אויסגעצאָלט, ערשט דעמאָלט וועלן זיי קענען דינען זייער גאָט. דער קאָראַן וואָרנט אויך נישט צו חבֿרן זיך מיט ייִדן און קריסטן, אָבער די מוסולמענער מעגן יאָ חתונה האָבן מיט ייִדישע און קריסטלעכע פֿרויען, צוליב דעם איסלאַמישן אײַנשטעל, אַז דער רעליגיעזער אידענטיטעט געהערט צום פֿאָטער פֿון די קינדער.
הײַנט, ווען איך זע, ווי די אַסאַד־רעגירונג אין סיריע פֿאַרפֿאָלגט, פֿאַרטיליקט, פֿאַרטרײַבט אַן אייגן פֿאָלק, און ווי זײערע אייגענע בירגער אַנטלויפֿן אויף שיפֿן, פֿאַרלירן אויפֿן וועג זייערע קינדער, ביז די געראַטעוועטע פּליטים שלאָגן אָן אין די ברעגעס פֿון אונגערן, טראַכט איך בײַ זיך: זאָל זיי ווויל באַקומען זייער ישועה! איין קלייניקייט, זאָלן חס־וחלילה זייערע קומענדיקע דורות נישט אין אַ שיינעם פֿרימאָרגן נישט אָפּצאָלן די גאַסטפֿרײַנטלעכקייט מיט גוואַלדטאַטן, ווי עס טוען זייערע ברידער איבער גאַנץ אייראָפּע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.