אפֿשר אַ פֿערטל מיליאָן לבֿנונער האָבן מאַרשירט אויף די גאַסן פֿון ביירוט, כּדי צו פּראָטעסטירן קעגן דעם געשטאַנק פֿונעם מיסט, וואָס מען האָט נישט צונויפֿגענומען זינט חודש יולי. די הויפּט־סיבה אָבער פֿון דעם פּראָטעסט שטעקט אין דעם, וואָס לבֿנון האָט נישט קיין פֿולשטענדיקע רעגירונג שוין מער ווי אַ יאָר צײַט. די לבֿנונער האָבן מאַרשירט אונטערן לאָזונג “You Stink” (איר שטינקט), אַ ווערטער־שפּיל וואָס מיינט: די גאַסן זײַנען אָנגעפּאַקט מיט מיסט, און די רעגירונג איז נישט מסוגל צו לייזן די פּראָבלעם.
ביירוט האָט אָנגעהויבן שטינקען אין יולי, ווען די אײַנוווינער פֿונעם דרומדיקן טייל האָבן בלאָקירט דעם הויפּט-מיסטפּלאַץ פֿון דער שטאָט. זיי האָבן געטענהט, אַז דער ריח אין די גאַסן, וואָס קומט אַרויס פֿונעם מיסטפּלאַץ, איז געוואָרן שוין נישט צו פֿאַרלײַדן, און אַוודאי שעדיקט עס דאָס געזונט. צוליב דעם וואָס מען האָט נישט וווּהין צו שיטן דאָס מיסט, האָט מען באַשלאָסן, אַז מען וועט פּראָסט־און־פּשוט אויפֿהערן עס צונויפֿנעמען, נישט געקוקט אויף דעם שווערן הייסן זומער, וואָס האָט שוין דערלאַנגט זײַנע קלעפּ דורך עטלעכע שטאַרקע היץ־כוואַליעס.
די אַקטיוויסטן פֿון „איר שטינקט‟ האָבן פֿיר פֿאָדערונגען: 1) דער סבֿיבֿה-מיניסטער מוכאַמאַד אַל-מאַשנוק זאָל רעזיגנירן; 2) די רעגירונג זאָל לייזן די פּראָבלעם פֿונעם מיסט אויף אַן אופֿן, וואָס איז גוט פֿאַר דער נאַטור און אויף אָ לאַנגער צײַט; 3) די רעגירונג זאָל אַרויסשטעלן אַ דין-וחשבון צו די אַלע, וואָס האָבן צעטרענצלט דאָס געלט פֿונעם ציבור אין דער לעצטער תּקופֿה; און 4) דער אינערן-מיניסטער מוז טראָגן דאָס אַחריות פֿאַרן האָבן דערלאָזט דער פּאָליציי צו שיסן אויף דעמאָנסטראַנטן מיט אַ וואָך פֿריִער.
אַז מען לייענט די אינטערוויוען מיט די דעמאָנסטראַנטן, ווערט קלאָר: זיי האַלטן, אַז די צילן פֿון „איר שטינקט‟ זײַנען צו באַשיידן. די מעשׂה אַרום מיסט איז נאָר דער לעצטער בײַשפּיל פֿון אַ פּאָליטישער סיסטעם, וואָס פֿונקציאָנירט מער נישט.
די פּאָליטישע סיסטעם פֿון לבֿנון האָט נאָר איין ציל — אַלע רעליגיעס זאָלן זיך פֿילן גענוג צופֿרידן מיט דער רעגירונג, אַז קיינער זאָל נישט טראַכטן פֿון גיין הרגענען אַנדערע לבֿנונער. צוליב דעם מוז דער פּרעמיער זײַן אַ סוניט, דער פּרעזידענט — אַ קריסט, און דער פֿאָרזיצער פֿונעם פּאַרלאַמענט — אַ שיִיִט. אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע רעגירונגען האָט דער לבֿנונישער פּרעזידענט רעלאַטיוו אַ סך כּוח.
דערווײַל אָבער האָט לבֿנון נישט קיין פּרעזידענט. לכאורה דאַרף מען אים נאָך אויסוויילן. כּדי אויסצומײַדן אַ קאָנפֿליקט, וועלן די צוויי פּאָליטישע לאַגערן אין לבֿנון צו ערשט אויסקלײַבן די קאַנדידאַטן צו די וואַלן אין מערץ. ס‘איז נישט דאָס ערשטע מאָל, וואָס לבֿנון איז פּאָליטיש פּאַראַליזירט מיט עפּעס אַן ענין, וואָס איז אין לעצטן סך-הכּל אַ טעכנישע פּראָבלעם. שוין יאָרן לאַנג פּראָדוצירט לבֿנון נישט גענוג עלעקטריע, און אויב זי וואָלט יאָ פּראָדוצירט וויפֿל מע דאַרף, האָט זי נישט די נייטיקע אינפֿראַסטרוקטור צו שיקן די עלעקטריע אין אַלע הײַזער און בנינים. יעדער לבֿנונער, וואָס האָט אַן איבעריקן גראָשן אין קעשענע, קויפֿט אַ גענעראַטאָר מיט גאַז, און באַוואָרנט זיך מיט עלעקטריע, קודם־כּל, אויף זומערצײַט.
די גרעסטע שטערונג אין דער פּראָבלעם איז, אַז מע האָט נישט גענוג טעכניקער; צו פֿיל פֿון די אַרבעט-קאַנדידאַטן זײַנען שיִיִטן. דעריבער איז אַ הויכער פּראָצענט צווישן די טעכניקער אָפֿיציעל באַשטעלט צײַטווײַליק, כּדי מען זאָל נישט זאָגן, אַז מען מוז זײַן אַ שיִיִט, כּדי צו קריגן אַזאַ אַרבעט. דער דאָזיקער ענין ווערט נאָך קאָמפּליצירטער צוליב דעם, וואָס לויטן לבֿנונישן געזעץ דאַרף מען נישט אָנהאַלטן אַ באַלאַנץ צווישן די רעליגיעס, ווען עס קומט צו בעל-מלאָכות; פֿון דעסטוועגן, טוט מען עס יאָ, נישט צו רייצן די גענדז.
נאָך טרויעריקער זעט אויס דער פֿאַקט, אַז די לבֿנונער האָבן נישט מצליח געווען צו פֿאַרהיטן געוואַלד צווישן זיך. אין 2008 איז אויסגעבראָכן אַ שלאַכט צווישן דער לבֿנונישער אַרמיי און „כעזבאָלאַ‟. אָנשטאָט דעם, אַז „כעזבאָלאַ‟ זאָל זיך האַלטן בײַם „טאַיִף־אָפּמאַך‟ און אויפֿגעבן דאָס געווער, האָט די רעגירונג, לשם „שלום־בית‟, פֿאַרגיטיקט „כעזבאָלאַ‟ מיטן רעכט צו וועטאָיִרן אַלע באַשלוסן פֿון דער רעגירונג.
בענדזשאַמין פֿראַנקלין האָט אַ מאָל געטענהט, אַז דער וואָס גיט אויף אַ ביסל פֿרײַהייט, כּדי אָפּצוהיטן כאָטש אַ צײַטווײַליקע זיכערהייט, האָט נישט קיין רעכט, נישט אויף פֿרײַהייט און נישט אויף זיכערהייט. אפֿשר איז געקומען די צײַט די לבֿנונער זאָלן זיך אָפּלערנען אַ משל דערפֿון.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.