דער אמת דערװײַטערט זיך אין דער אויספֿאָרשונג פֿון פּראָקוראָר ניסמאַנס טויט. יעדן טאָג שװימען אַרויף אומרעגולערקייטן, פֿעלערן און אַבסורדן װאָס באַװײַזן, אַז די אויספֿאָרשונג־ און יוסטיץ־סיסטעם אין אַרגענטינע איז ניט װירקזאַם, איז אַלטמאָדיש און קען מאַניפּולירט װערן. גלײַך נאָך זײַן טויט האָבן די פּרעזידענטין און איר קאַבינעטן־שעף געמאָלדן, אַז דער פּראָקוראָר האָט זיך גענומען דאָס לעבן. נאָך דעם האָט מען אָנגעהויבן צו באַשמוצן דעם פּראָקוראָר מיט זײַן פּריװאַטן לעבן. איצט פֿאָרשט מען זײַנע באַנק־קאָנטעס אין ניו־יאָרק און זײַן מאַמע, די שװעסטער און דעם באַאַמטן, אויף װעלכן עס איז דאָ אַ חשד, װײַל ער איז דער לעצטער װאָס האָט אים געזען בײַם לעבן, װעלן געמישפּט װערן פֿאַר „װאַשן ניט־לעגאַלע געלטער‟.
אָבער דער הויכפּונקט איז געװען מאָנטיק, דעם 7טן סעפּטעמבער, װען עס זענען באַקאַנט געװאָרן די אויספֿירן פֿון טעכניקערס, װאָס האָבן באַשטימט, מיט אַכט חדשים שפּעטער, אַז דער רעװאָלװער, װאָס איז געפֿונען געװאָרן בײַ זײַן קערפּער, לאָזט יאָ איבער שפּורן פֿון פּולװער, דאָס הייסט, אַז װײַל מען האָט ניט געפֿונען קיין פּולװער אין זײַנע הענט, קען דאָס מיינען, אַז אָדער מען האָט אים דערהרגעט, אָדער װי זײַן געװעזענע פֿרוי, די ריכטערין אַראָזשאָ סאַלגאַדאָ האָט דערקלערט, האָט דער „פּראָקוראָר זיך גענומען דאָס לעבן מיט הענטשקעס, זיי אַראָפּגענומען און אַרויסגעװאָרפֿן דורכן פֿענצטער‟.
דער אמת, װעלכער ער זאָל נישט זײַן, איז װאָס אַ מאָל װײַטער.
די ייִדישע אַקטריסע ציפּע לינקאָװסקי איז ניפֿטר געװאָרן אין בוענאָס-אײַרעס, דעם 1טן סעפּטעמבער אין עלטער פֿון 85 יאָר. איר טאַטע איז געװען דער אַדמיניסטראַטאָר און אַן אַקטיאָר אין ייִדישן פֿאָלקס־טעאַטער „איפֿט‟, דער באַרימטער טעאַטער פֿון ייִדישן קאָמוניסטישן סעקטאָר. דאָרט האָט מען צום ערשטן מאָל געשפּילט אויף ייִדיש „דאָס טאָגבוך פֿון אַנאַ פֿראַנק‟, און די װעלט־פּרעמיערע פֿון אַרטור מילערס „דער טויט פֿון װילי לאָמאַן (דער טויט פֿון אַ װיאַזשאָר)‟. אין „איפֿט‟ האָט ציפּע געשפּילט אין 1953 בערטאָלד ברעכטס „מוטער קוראַזש און אירע קינדער‟, אויף ייִדיש, און פֿון דעמאָלט אָן איז ברעכט געװאָרן איר ליבלינג. אין דעם נאַציאָנאַלן טעאַטער האָט זי געשפּילט די פּיעסע אין 1989. זי האָט זיך באַטייליקט אין אַ סך פֿילמען מיט װעלט־באַרימטע אַקטיאָרן, געשפּילט טעאַטער אין בערלין און מאַדריד.
זי פֿלעגט כּסדר דערציילן, אַז איר טאַטע פֿלעגט זי נעמען אין טעאַטער אין אַן אויסגעבעטן עפּל־קאַסטן, װען זי איז געװען אַן עופֿעלע. זי האָט זיך אויסגעלערנט רעדן מיט טעקסטן פֿון סטרינדבערג, שלום־עליכם, איבסען, טשעכאָװ. די לעצטע יאָרן איז זי געװען שטאַרק קראַנק און האָט אויפֿגעהערט צו שפּילן.
זונטיק, דעם 6טן סעפּטעמבער, האָט דער פֿאַראייניקטער קאַמפּיין פֿאַר ישׂראל אָרגאַניזירט אַ ספּעציעלע פֿאָרשטעלונג פֿון דער פּיעסע „פֿראַנץ און אַלבערט‟, װאָס באַשרײַבט אַ מעגלעכע פֿיקטיװע טרעפֿונג פֿון די צװיי געניאַלע פּערזענלעכקייטן, פֿראַנץ קאַפֿקאַ און אַלבערט אײַנשטיין. די הכנסה פֿונעם אָװנט האָט מען אויסגעטיילט אויף סטיפּענדיעס פֿאַר קינדער אין די ייִדישע שולן.
אין 1911, װען אײַנשטיין איז אַלט געװען 32 יאָר װערט ער פּראָפֿעסאָר אין דער דײַטשישער שטאָט, וווּ ער באַקענט זיך מיט אַ יונגן שרײַבער, 28 יאָר אַלט, אין סאַלאָן פֿון בערטאַ פֿאַנטאַ. כאָטש עס זײַנען ניטאָ קיין באַװײַזן אַז דאָס איז מער נישט געװען װי אַן איינמאָליקע צופֿעליקע טרעפֿונג, שטעלט זיך פֿאָר דער מחבר, מאַריאָ דיאַמענט, אַ שמועס צװישן צװיי געניאַלע אינטעלעקטואַלן אויף פֿאַרשיידענע װאָגיקע טעמעס, װאָס שטייען אויפֿן טאָג־אָרדענונג: ייִדישקייט, ציוניזם, ייִדיש, אַנטיסעמיטיזם און די ראָלע פֿון דער װיסנשאַפֿט און די ליטעראַטור.
די קהילה, דורך איר „װעד־הקהילות‟, האָט אָנגעהויבן סוף אויגוסט איר קולטור־פּראָגראַם פֿאַר 17 קהילות פֿון דער פּראָװינץ. לעקטאָרן, קינסטלערס און עסקנים װעלן ביז דעצעמבער דורכפֿירן סעמינאַרן פֿאַר יוגנטלעכע און לאָקאַלע פֿירערס, קאָנצערטן און פּערפֿעקציאָניר־קורסן פֿאַר ייִדישע לערערס. אויך דער עלטערער דור װעט אַרײַנגענומען װערן אין די טעטיקייטן. די ישׂראלדיקע פֿונדאַציע א״נ פֿון פּינקוס שטיצט אָט די איניציאַטיװ.
די „דאַיאַ‟ האָט מאָנטיק, דעם 7טן סעפּטעמבער, באַערט דעם סעקרעטאַר פֿאַר רעליגיעזע ענינים פֿון דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס, אַלפֿרעדאָ אַבריאַני. די אויסצייכענונג איז אים פֿאַרטיילט געװאָרן פֿאַר זײַן פּערמאַנענטער שטיצע צו דער אינסטיטוציע, דעם ייִשובֿ, און שטיין צו דער דיספּאָזיציע, װען די קהילה נייטיקט זיך. אויך גיזשערמאָ אָליװערי, נאַציאָנאַלער סעקרעטאַר פֿאַר רעליגיעזע ענינים, האָט באַקומען אַן ענלעכע אויסצייכענונג.
די צײַטונג „לאַ פּרענסאַ‟ (די פּרעסע) פֿון פּאַנאַמע האָט פּובליקירט דעם 2טן סעפּטעמבער אַן אַנטיסעמיטישע קאַריקאַטור אין סטיל פֿון די ערגסטע פּובליקאַציעס פֿון דער נאַצישער צײַט. אונטערן טיטל „דער אָרעמסטער ייִד אין פּאַנאַמע‟, זעט מען אַ סטערעאָטיפּיזירט בילד פֿון אַ ייִדן, אין רײַכע בגדים, װאָס זיצט אויף דער ערד, רייכערט אַ טײַערן ציגאַר און בעטלט. דאָס באַשרײַבט אַ פֿינאַנציעלן קריזיס אין לאַנד און װי געװיינטלעך, באַשולדיקט מען די ייִדן. װיקטאָר ראַמאָס, דער װאָס שרײַבט אונטער די קאַריקאַטור, האָט נישט צום ערשטן מאָל פּובליקירט אַנטיסעמיטישע צייכענונגען. ייִדישע נאַציאָנאַלע און אינטערנאַציאָנאַלע אינסטיטוציעס האָבן שאַרף רעאַגירט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.