פֿאַראַיאָרן האָבן די יונגע קאָמיקער, לייזער באַטאַליאָן און חײמי עלמאָן אַרויסגעלאָזט די אינטערנעץ־„סיטקאָם‟ „ייִדלײַף־קריזיס‟. די סעריע, וואָס זיי האָבן אַליין אָנגעשריבן און רעזשיסירט, האָט אַרײַנגעבראַכט אַ נײַעם (און צום טייל, גרעבלעכן) גײַסט אין דער ייִדיש־שפּראַכלעכער קאָמעדיע. טאַלאַנטירטע קאָמיקער און פֿאַרברענטע פֿרײַדענקער, נוצן זיי אויס די סעריע ווי אַ געלעגנהייט צו באַטראַכטן די ייִדישע טראַדיציעס מיט אַ קריטישן און צום טייל חוזק־פֿולן בליק.
אין דער זעלביקער צײַט נוצן זיי אויס די ייִדישע שפּראַך סײַ ווי אַ קאָמישן עלעמענט פֿאַר זיך אַליין, ווײַל ס׳רובֿ צוקוקער האָבן זיך קיינמאָל פֿריִער ניט פֿאָרגעשטעלט, אַז מע וועט אינעם 21סטן יאָרהונדערט זאָגן עפּעס גרעבלעכס אויף ייִדיש; סײַ ווי אַ סימן, אַז ניט געקוקט אויף זייער וועלטלעכקייט, זענען זיי יאָ טיף פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער טראַדיציע. אַזוי אַרום שפּילט די סעריע קעגן דעם שטראָם אויף אַ סובווערסיוון אופֿן: ניט געקוקט אויפֿן סטערעאָטיפּ, אַז די וועלטלעכע פֿאַרשטייען אַ קרענק וועגן דער ייִדישער אמונה, ווײַזן די קאָמיקער אָן, אַז זיי פֿאַרשטייען יאָ אַ סך, דווקא דורכן חוזק מאַכן פֿון אַלצדינג, וואָס שמעקט מיט פֿרומקייט. זיי טוען עס אויף ייִדיש: אַ שפּראַך, וואָס פֿאַרן ברייטערן ייִדישן עולם, איז פֿאַרבונדן סײַ מיט גאָר פֿרומע ייִדן, סײַ מיט עלטערע־לײַט, וואָס וואָלטן (כאָטש לויטן פֿאַרשטאַנד פֿון ס׳רובֿ צוקוקער) קיינמאָל ניט גערעדט אַזוי ווי חיימי און לייזער.
די ערשטע סעריע פֿון פֿיר קורצע עפּיזאָדן איז געוואָרן גאַנץ פּאָפּולער, אָבער איז אויך קריטיקירט געוואָרן דורך געוויסע ייִדישיסטן, צוליב דעם, וואָס די שפּראַך איז געווען אַ ביסל אומגעלומפּערט. פֿאַר דער הײַיאָריקער סעריע האָבן די קאָמיקער אָנגעשטעלט אַ נײַע ייִדיש־איבערזעצערין, רבֿקה אויגענפֿעלד, וואָס העלפֿט זיי אויך אויסצולערנען ריכטיק אַרויסצורעדן דעם טעקסט. דער ערשטער עפּיזאָד, וואָס מע האָט נעכטן פֿאַרענפֿנטלעכט, זאָגט עדות אויף דעם, וואָס סײַ דער ייִדיש און סײַ די קאָמעדיע איז שטאַרקער ווי פֿאַראַיאָרן. דער נײַער עפּיזאָד איז ממש פּראָפֿעסיאָנעל געמאַכט, אויפֿן ניוואָ פֿון אַן עכטער טעלעוויזיע־פּראָגראַם און אויך כּמעט אַזוי לאַנג. דער אַבסורדישער סצענאַר רירט אָן אַלע געוויינטלעכע טעמעס פֿונעם פֿריִערדיקן סעזאָן, אָבער אויף אַ סך מער קאָמפּליצירטן אופֿן, אַרײַנוועבנדיק פֿאַרשידענע וויצן, וואָס אַנטוויקלען זיך במשך פֿונעם גאַנצן עפּיזאָד, ניט־פֿאַרלירנדיק די געוויינטלעכע ביליקע ווערטער־שפּילן, מיט וואָס די קאָמיקער צייכענען זיך אויס.
אינעם ערשטן עפּיזאָד, וואָס קומט פֿאָר אויף אַ סוררעאַליסטישן אופֿן, אויף אַ ראָש־השנהדיקן ברית פֿון אַן אינדישן גר, האָבן די קאָמיקער אַרײַנגעפּאַקט אַזוי פֿיל מאַטעריאַל, אַז חיימי האָט גענוג צײַט צו „פֿליִען‟ אויף מאַריכואַנע און לייזער שמדן זיך — בעת אַן ערנסטער דעבאַטע איבער דעם באַטײַט פֿון ייִדישקייט, סײַ ווי אַן אמונה, סײַ ווי אַ פֿאָלק־קולטור אין שײַכות מיטן גיור־פּראָצעס. ס׳איז זייער אַן אַמביציעזער עפּיזאָד, ממש אָנגעפּאַקט מיט אויסטערלישע געשעענישן, אָבער ס׳איז, לויט מײַן מיינונג, זייער געלונגען.
לויט באַטאַליאָן וועט מען במשך פֿון די קומענדיקע חדשים אַרויסלאָזן ניט בלויז נײַע עפּיזאָדן פֿון דער סעריע גופֿא, נאָר אויך רײַזע־באַריכטן פֿון ניו־יאָרק, ישׂראל און אייראָפּע, און אַנדערע מאַטעריאַלן. בקיצור: עס וועט זײַן וואָס צו זען. און כאָטש זייער צוגאַנג איז ניט צו אַלעמענס געשמאַק, איז „ייִדלײַף־קריזיס‟ פֿאָרט אַ וויכטיקער אויפֿטו אין דער ייִדיש־שפּראַכיקער קאָמעדיע, וואָס ציט צו דעם אויפֿמערק פֿון טויזנטער מענטשן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.