דוד גאָבערמאַן, צדיק פֿון קאָליר און פֿאָרעם

David Goberman, Tzaddik of Color and Form


פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published September 13, 2015, issue of October 02, 2015.

די באַקאַנטשאַפֿט מיט ייִדישער פֿאָלקסקונסט, בפֿרט מיט געשניטענע מצבֿות און געמאָלטע שילן, האָט שטאַרק באַװירקט די ייִדישע קינסטלער־מאָדערניסטן אין די 1910ער־1920ער יאָרן, אַזעלכע װי מאַרק שאַגאַל, נתן אַלטמאַן, אליעזר ליסיצקי. מיט יאָרן שפּעטער, אין די 1950ער, האָט דעם דאָזיקן סינטעז ממשיך געװען דער לענינגראַדער קינסטלער און קונסטפֿאָרשער דוד גאָבערמאַן (1912–2003). דער גרױסער אַלבאָם, „מאָלערײַ און גראַפֿיק‟, ווערט באַגלייט מיט אַ קאָמפּאַקט־דיסק, װאָס איז אַרױס אין פּעטערבורג, פֿאַרסך־הכּלט זײַן לאַנגן און זײער פֿרוכטבאַרן לעבנסװעג.

גאָבערמאַנס קורצע אױטאָביאָגראַפֿיע איז ענלעך אין סטיל צו זײַנע בילדער: זאַכלעך, טרוקן, אָבער דערבײַ פּינקטלעך אין דעם אױסקלײַב פֿון די עיקרדיקע פּרטים: „מײַנע ערשטע קינדער־זכרונות. דרײַ יאָר אַלט, שטײ איך בײַ אַ בעטל און מיש די זײַטן פֿון אַן אַלבאָם פֿון װאַנדפּאַפּיר. דאָס בוך איז פֿול מיט בלומען.‟ די דאָזיקע פֿאַרביקע אימאַזשן שװימען אױף אין זײַן זכּרון װידער אַ מאָל און אָבער אַ מאָל. דאָס איז מסתּמא געװען דער סאַמע ערשטער קוואַל פֿון זײַן אינטערעס צו בילדערישקײט: „איך האָב אָנגעהױבן צו זען די אַרומיקע װעלט װי איבערגעשטאַלטיקט אינעם גײַסט פֿון די פּשוטע און צוטריטלעכע פֿאָרמעס פֿון אָט דעם בוך‟. דער פּרינציפּ פֿון פֿאָרמעלער פּשטות און צוטריטלעכקײט פֿאַרבלײַבט די עיקר־אידעע פֿון גאָבערמאַנס גאַנצער שאַפֿערישקײט.

דוד גאָבערמאַן איז אױפֿגעװאַקסן אין מינסק בעת די שװערע יאָרן פֿון דער ערשטער װעלט־מלחמה, רעװאָלוציע און בירגערקריג. די שרעקלעכע אײַנדרוקן פֿון די בלוטיקע פּאָגראָמען און שױדערלעכע צעשטערונגען זײַנען אױך פֿאַרבליבן שטעקן אין זײַן זכּרון. זײַנע עלטערן זײַנען געװען גאַנץ רעליגיעז, אָבער דווקא זײ האָבן דערמוטיקט דעם זונס אינטערעס צו מאָלערײַ. ער האָט גענומען פּריװאַטע לעקציעס און אין יאָר 1928 איז דוד אַװעקגעפֿאָרן קײן לענינגראַד, כּדי ממשיך צו זײַן זײַן בילדונג אין דער קונסט־אַקאַדעמיע. אָבער לכתּחילה האָט מען אים אין דער אַקאַדעמיע ניט אָנגענומען, דערצו נאָך איז זײַן „סאָציאַלער אָפּשטאַם‟ ניט געװען קײן כּשר־פּראָלעטאַרישער. דאָס זײַנען געװען די סאַמע לעצטע יאָרן פֿון אַנ־סקיס ייִדישן מוזײ אין לענינגראַד, און שלמה יודאָװין, אײנער פֿון די לעצטע מיטאַרבעטער אינעם מוזײ, האָט באַשטעלט בײַ דעם יונגן מינסקער קינסטלער אַ סעריע אילוסטראַציעס װעגן ייִדישע מינהגים.

דער ייִדישער מוזײ איז אין גיכן פֿאַרמאַכט געװאָרן, אָבער פֿון דעם דאָזיקן עפּיזאָד האָט זיך אָנגעהױבן גאָבערמאַנס אינטערעס צו ייִדישער קונסט. אין דער קונסט־אַקאַדעמיע האָט ער באַקומען אַ גרונדיקע בילדונג בײַ די בעסטע סאָװעטישע נאָװאַטאָרישע קינסטלער פֿון יענער צײַט. נאָך דער מלחמה האָט גאָבערמאַן געפֿונען אַ פּראָפֿעסיאָנעלן מקום־מיקלט אין דער סאָװעטישער סיסטעם. ער איז געװאָרן אַ מומחה אין דער פֿאָלקס־קונסט פֿון מאָלדאָװע, גאַליציע און בוקאָװינע. אין זײַנע רײַזעס איבער דערפֿער און שטעטלעך פֿון יענע װײַטע געגנטן האָט ער אַנטדעקט פֿאַר זיך די ייִדישע קונסט פֿון געשניטענע שטײנערנע מצבֿות. ער האָט פֿאַרפֿיקסירט אין פֿאָטאָגראַפֿיעס און צײכענונגען אַ היפּשע צאָל מצבֿות אױף יענע בית־עלמינס, װאָס זײַנען שפּעטער צעשטערט געװאָרן, און צוגעגרײט אַן אילוסטרירטן פֿאָרשערישן אַלבאָם, אָבער צו פֿאַרעפֿנטלעכן דעם דאָזיקן מאַטעריאַל אין דעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד איז דעמאָלט געװען ניט מעגלעך, און זײ האָבן זיך באַװיזן אין דרוק ערשט אין די 1980ער־1990ער יאָרן.

די גראַפֿישע מאָטיװן פֿון מצּבֿות האָבן באַװירקט אױך גאָבערמאַנס אײגענע קונסט. זײַנע צײכענונגען לױט די „מאָטיװן פֿון ייִדישער קונסט‟ זײַנען אַרױס אין פּעטערבורג אין 1996. די דאָזיקע השפּעה לאָזט זיך באַמערקן ניט בלויז אין די טעמעס, נאָר אױך אין דער טעכניק פֿון גאָבערמאַנס װערק. „אַן אײגענער װעג אין דער אָפּבילדנדיקער קונסט איז פֿאַר גאָבערמאַנען געװען ניט אָפּצוטײלן פֿון די זוכענישן נאָך אַן אײגענער טעכניק‟, באַטאָנען אין זײער הקדמה די פּעטערבורגער פֿאָרשער פֿון גאָבערמאַנס שאַפֿונג, װאַלערי דימשיץ און אירינאַ מאַמאָנאָװאַ. מיט דער צײַט איז גאָבערמאַן געװאָרן אַלץ שפּאָרעװדיקער אין זײַנע טעכנישע מכשירים. ער האָט זיך אָפּגעזאָגט פֿון אײלפֿאַרבן און זיך באַנוצט מיט פֿאַרביקע בלײַערס און װאַסערפֿאַרבן. ער האָט געהאַט אַ קלענערן אינטערעס צו דער נאַטור און האָט זיך אָפּגעגעבן מיט אױסגעטראַכטע קאָמפּאָזיציעס. ער האָט אױך פֿאַרקלענערט די צאָל מאָטיװן און געמאַכט זײ פּשוטער. די דאָזיקע שפּאָרעװדיקײט, די שטרעבונג צו פּשטות און קלאָרקײט האָט אױך געהאַט אירע װאָרצלען אין דער ייִדישער קונסט פֿון שטײן־שניצערײַ.

אין זײַנע אױטאָביאָגראַפֿישע נאָטיצן, װאָס גאָבערמאַן האָט פֿאַרשריבן אינעם עלטער פֿון 84 יאָר, האָט ער פֿאַרסך־הכּלט זײַן קינסטלערישן אַני־מאמין: „דאָס שאַפֿן אַ קונסטװערק איז אַ שװער, צומאָל פּײַנלעך געראַנגל צו פֿאַרװאַנדלען פֿאַרב אין קאָליר, אַרױסצולאָזן קאָליר פֿון דער שליטה פֿון אילוזאָרישן ליכט־און־שאָטן, און צו געבן די קאָלירן אַן אײגן פֿרײַ לעבן‟. אין די דאָזיקע װערטער הערט זיך אַן אָפּקלאַנג פֿונעם אוראַלטן קבליסטישן גלױבן אין געטלעכע פֿונקען, „ניצוצות‟, װאָס ליגן פֿאַרשקלאַפֿט אינעם טױטן חומר. אַזױ װי אַ צדיק־מקובל, האָט דוד גאָבערמאַן געהאַלטן פֿאַר זײַן שליחות צו באַפֿרײַען רײנע פֿונקען־קאָלירן פֿון דער קנעכטשאַפֿט בײַ דער באַנאַלער טאָג־טעגלעכקײט.