דער אינטערעס פֿון די „פֿריילעכע‟ צו ייִדיש

Gay People's Attraction to Yiddish


פֿון נח באַרעראַ

Published September 17, 2015, issue of October 02, 2015.

פֿאַרוואָס באַשליסט מען זיך אויסצולערנען אַ שפּראַך? געוויסע מענטשן ווילן באַניצן די שפּראַך אין זייער פֿאָרשונג, כּדי, למשל, צו לייענען דאָקומענטן, וואָס זענען שײך זייערע אַקאַדעמישע אינטערעסן; די אַנדערע האָבן בדעה צו באַניצן אַ שפּראַך אין זייער פּערזענלעכן לעבן, זיי זאָלן קאָנען קאָמוניקירן מיט אַנדערע רעדערס פֿון דעם לשון, אָפֿטמאָל, ווען מע פֿאָרט אין אַ פֿרעמד לאַנד. בקיצור, אַ שפּראַך, וואָס די פּערזענלעכע צוועקן זאָלן נישט זײַן, דינט בדרך־כּלל ווי אַ „שליסל“ צו עפֿענען אַ וועלט פֿון קולטור, דערמעגלעכן מענטשן זיך צו באַקענען מיט אַנדערע פֿעלקער, מאַכן שׂכלדיקער (?) זייער לעבן.

נעמענדיק אין באַטראַכט, אַז ייִדיש האָט אַ לאַנגע געשיכטע פֿון רדיפֿות, פֿון נישט אַנערקענט ווערן ווי אַן אמתע שפּראַך מיט אַלע שפּראַכן גלײַך, קען מען זען, אַז ייִדיש איז יאָ זייער אַ טײַער לשון בײַ מענטשן, וואָס אידענטיפֿיצירן זיך ווי אַ מינדערהײט. עס איז דאָך נישט קיין סוד, אַז ס׳זענען פֿאַראַן אַ שלל האָמאָסעקסואַליסטן אין דער ייִדיש־וועלט. קומט אויס, אַז ייִדיש איז אַ שפּראַך, וואָס ציט צו זיך צו די אונטערגעדריקטע.

האָבנדיק זיך אויסגעלערנט ייִדיש ווי אַ סטודענט אין דער זומער-פּראָגראַם אויף אוריאל ווײַנרײַכס נאָמען, האָב איך באַמערקט, אַז צווישן די סטודענטן זענען דאָ אַ סך „פֿריילעכע‟ לײַט. הײַיאָר זענען געווען אַ באַדײַטנדיקער פּראָצענט האָמאָסעקסואַליסטן אויף אַלע לערן־מדרגות; באַזונדערס, צווישן די אָנהייבער, וואָס כּמעט אַ העלפֿט פֿון זיי האָט זיך אידענטיפֿיצירן ווי „גיי‟. כאָטש די מערהײט סטודענטן זענען געווען ייִדן, האָט מען צווישן זיי אויך געטראָפֿן אַ צאָל גויים. לויט מײַן מיינונג איז עס אַ באַווײַז, אַז דער אינטערעס צו ייִדיש איז נישט בלויז אַ נאַציאָנאַלע אייגנשאַפֿט.

מײַן אייגענער אינטערעס צו ייִדיש, כאָטש ער האָט זיך, צוערשט, אָנגעהויבן אַקאַדעמיש, האָט זיך אַלץ מער אַנטוויקלט און אינטעגרירט אין מײַן אידענטיטעט ווי אַ ביסעקסועלער מאַן, דורך די באַציִונגען און שמועסן מיט די זומער-פּראָגראַמניקעס במשך פֿון מײַנע צוויי זומערן אויף דער ווײַנרײַך־פּראָגראַם. איך האָב בעסער פֿאַרשטאַנען, פֿאַרוואָס אַזעלכע ווי איך, „פֿריילעכע‟ ייִדן, אידענטיפֿיצירן זיך מיט ייִדיש — סײַ צוליב די ייִדישע וואָרצלען און סײַ צוליב זייער האָמאָסעקסואַליטעט.

„ייִדיש שאַפֿט אַן אויטענטישע פֿאַרבינדונג מיט דער ייִדישער טראַדיציע צווישן מענטשן, וואָס האַלטן נישט פֿון די טראַדיציאָנעלע שיל־דרכים“, — דערקלערט משה־לייזער גרין, אַ געוועזענער סטודענט פֿון דער דאָזיקער זומער-פּראָגראַם. „דאָס איז בפֿרט צוציִיִק, מיין איך, צו דער פֿריילעכער קהילה, וואָס איז פֿאַרשטענדלעך צוגעצויגן צום טראַדיציאָנעלן ייִדישן וועלטבאַנעם.“