אַ מאָל, ווען איך בין נאָך געווען אַ קינד און זיך געלערנט אין די אָנהייב־קלאַסן, איז בײַ אונדז געווען אַ לימוד פֿון מוזיק. עס פֿלעגט קומען אַ שיינע, הויכע בלאָנדע פֿרוי, מיט אַ מאַנדאָלין, און האָט געזונגען מיט אונדז צוזאַמען פֿאַרשיידענע לידער — מיט אַ סאָוועטיש כּשרן אינהאַלט, פֿאַרשטייט זיך. אין דעם רעפּערטואַר איז געווען אויך דאָס באַוווּסטע איטאַליענישע ליד „באַנדיעראַ ראָסאַ‟ („די רויטע פֿאָן‟). געזונגען האָבן מיר עס, אויף וויפֿל איך געדענק, אויף רוסיש, אָבער די ווערטער „באַנדיעראַ ראָסאַ‟ האָבן דאָרטן געקלונגען אויף איטאַליעניש. איך גלייב, אַז מע קען ערגעץ אויסזוכן אַ ייִדישן נוסח פֿון אָט דעם ליד; אָבער ניט דאָס בין איך אויסן.
ס‘איז אַוועק אַ גוט שטיק לעבן, און פּלוצעם שווימט עס אַרויס אויף דער אייבערפֿלאַך פֿון מײַן טאָג־טעגלעכקייט מיט עטלעכע וואָכן צוריק. געווען איז עס אין ענגלאַנד. איך האָב אײַנגעשלאָסן די טעלעוויזיע און דערזען — און דערהערט — ווי הונדערטער מענטשן זינגען, „באַנדיעראַ ראָסאַ‟. דאָס איז געווען דער עולם, וואָס האָט זיך צונויפֿגעקליבן אויף אַ באַגעגעניש מיט דזשערעמי קאָרבין. איצט ווייסן מיר שוין, אַז אים האָט מען אויסגעקליבן ווי דעם נײַעם פֿירער פֿון דער לייבאָריסטישער פּאַרטיי. דעמאָלט איז ער נאָך געווען איינער פֿון די קאַנדידאַטן, כאָטש ס’איז שוין געווען קלאָר, אַז אים איז געווען באַשערט צו געווינען דעם פֿאַרמעסט.
קאָרבינס נצחון האָט אַרויסגערופֿן אַן אמתע ערדציטערניש אין דער בריטישער פּאָליטיק — כּמעט 60 פּראָצענט לייבאָריסטן האָבן באַשלאָסן, אַז דווקא קאָרבין מוז שטיין בראָש זייער פּאַרטיי. די רייד גייט ניט בלויז וועגן אַ נײַעם פֿירער. דאָס מיינט, קודם־כּל, אַז די לייבאָריסטישע פּאַרטיי קערט זיך אום צו איר סאָציאַליסטישן שורש, פֿון וועלכן עס האָבן אַזוי שטאַרק געוואָלט זיך אָפּטרייסלען די טעאָרעטיקער און פּראַקטיקער פֿון דעם „נײַעם לייבאָריזם‟, בפֿרט דער געוועזענער פּרעמיער־מיניסטער טאָני בלער. די „בלעריסטן‟, ווי מע רופֿט זיי, האָבן געהאַלטן — און האַלטן נאָך אַלץ, אַז די פּאַרטיי מוז פֿאָרשטעלן ניט בלויז דעם האָרעפּאַשניק, דעם אַרבעטער, נאָר אויך דעם מיטעלן קלאַס.
דער סוף איז געווען, אַז אָפֿט מאָל איז שוין שווער געווען צו פֿאַרשטיין, מיט וואָס די „נײַע לייבאָריסטן‟ זײַנען געווען אַנדערש פֿון די קאָנסערוואַטאָרן. און די לעצטע פּאַרלאַמענטאַרע וואַלן, ווען די לייבאָריסטן האָבן פֿאַרלוירן אַ היפּש ביסל ערטער, האָבן בולט געוויזן, אַז אַ סך מענטשן האָבן געמאַכט זייער אויסקלײַב לויטן פּרינציפּ, „אַז מע עסט שוין חזיר…‟, און געשטימט פֿאַר די קאָנסערוואַטאָרן.
דער דעמאָלטיקער פֿירער פֿון דער לייבאָריסטישער פּאַרטיי, עד מיליבאַנד, האָט גלײַך נאָך די וואַלן רעזיגנירט; אָבער ער האָט איבערגעלאָזט אַ ירושה, וועלכע האָט געבראַכט צו דער ערד־ציטערניש. מיליבאַנד האָט דורכגעפֿירט אַ רעפֿאָרם, וואָס האָט געביטן די סיסטעם פֿון אויסקלײַבן די פּאַרטיי־פֿירער. לויט מיליבאַנדס סיסטעם, איז געוואָרן מעגלעך זייער גרינג און ביליק זיך פֿאַרשרײַבן אין דער פּאַרטיי, און באַקומען די רעכט זיך צו באַטייליקן אין די פּאַרטיי־וואַלן. ווי אַ פּועל־יוצא, האָבן טויזנטער לינקע ראַדיקאַלן פֿון פֿאַרשיידענע שניטן געשפּילט אַ ממשותדיקע ראָלע אינעם באַשליסן, ווער עס וועט שטיין בײַם רודער פֿון דער פּאַרטיי.
קאָרבין, וואָס איז 66 יאָר אַלט און האָט ניט קיין אוניווערסיטעטישע בילדונג, איז ניט קיין „נײַער לייבאָריסט‟. ער איז אַ סאָציאַליסט, און איז געבוירן געוואָרן בײַ סאָציאַליסטישע עלטערן. זײַנע קעגנער טענהן, אַז ער זעט די וועלט מיט די אויגן פֿון סאָציאַליסטן פֿון דעם אַלטן שניט. אַ סבֿרא, אַז דאָס ציט צו אים דעם פּאָליטיש לינקן עולם; ער זעט אויס ווי אַן „אויטענטישער‟ לינקער, מיט וועלכן מע קען זינגען דאָס אַלטע ליד, „באַנדיעראַ ראָסאַ‟. אַגבֿ, אין זײַנע אַרויסזאָגונגען און קאָנטאַקטן האָט מען געפֿונען אַזעלכע זאַכן, וואָס רופֿן אַרויס אומרויִקייט בײַ ייִדן. קאָרבין טענהט, אַז ער איז ניט קיין אַנטיסעמיט.
וואָס וועט זײַן ווײַטער? ס’איז גאָר ניט אויסגעשלאָסן, אַז די פּאַרטיי וועט זיך לסוף צעברעקלען. די „בלעריסטן‟, דאָס הייסט, די „נײַע לייבאָריסטן‟, ווילן ניט האָבן צו טאָן מיט דעם נײַעם פֿירער. אייניקע אָנגעזעענע פּאַרטיי־מענטשן האָבן שוין געזאָגט, אַז זיי וועלן מיט קאָרבינען ניט מיטאַרבעטן. אַזוי צי אַזוי, אָבער די בריטישע פּאָליטישע לאַנדשאַפֿט האָט באַקומען אַן אַנדער אויסזען. קאָרבין שנײַדט זיך מער אויף אַ פֿירער פֿון אַ באַוועגונג. ס’איז ניט קלאָר, צי ער קען ברענגען זײַן פּאַרטיי צו אַ נצחון אין די קומענדיקע פּאַרלאַמענטאַרע וואַלן; און צי ער קען זײַן דערווײַל עפֿעקטיוו ווי דער פֿירער פֿון דער פּאַרלאַמענטאַרער אָפּאָזיציע.
קאָרבינס דערפֿאָלג ווײַזט ווידער אַ מאָל, אַז די סאָציאַליסטישע אידעען זײַנען ניט פֿאַרדעקט מיט שטויב. אַנטוישטע לײַט ציִען זיך צו זיי אין פֿאַרשיידענע לענדער, און ניט בלויז אין אייראָפּע. ניט צופֿעליק גייט אַזוי גוט בערני סאַנדערס׳ וואַל־קאַמפּאַניע אין אַמעריקע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.