צי וועט אַמעריקע פֿאַרפֿלייצן מיטל־מיזרח מיט געווער?

Will American Weapons Flood Middle East?

Wiki Commons

פֿון נתן גוטמאַן (Forward)

Published September 17, 2015, issue of October 02, 2015.

וואָס וועט געשען אינעם מיטל־מיזרחדיקן ראַיאָן, ווען מע וועט אויספֿירן דעם נוקלעאַרן אָפּמאַך מיט איראַן? די שטיצער פֿונעם הסכּם גלייבן, אַז נאָכן אָפּשטעלן די איראַנישע נוקלעאַרע פּראָגראַם, וועט אינעם ראַיאָן ווערן רויִקער. די קריטיקער טענהן, אַז אַ דאַנק די אָפּגעשאַפֿענע סאַנקציעס וועט איראַן ווערן דווקא סכּנותדיקער.

ביידע צדדים זענען אָבער מסכּים, אַז צוליב דעם אָפּמאַך וועט מיטל־מיזרח פֿאַרפֿלייצט ווערן מיטן אַמעריקאַנער געווער. ווי אַ רעזולטאַט, וועט זיך אינעם דאָזיקן ראַיאָן אָנהייבן אַ נײַער וואָפֿן־פֿאַרמעסט מצד ישׂראל און פֿאַרשיידענע סוניטישע לענדער, וועלכע זאָרגן זיך וועגן דער שיִיִטישער רעגירונג אין טעהעראַן.

די אַמעריקאַנער מיליטערישע פֿירמעס שליסן שוין איצט אָפּמאַכן מיט די מיטל־מיזרחדיקע לענדער אויף סומעס פֿון מיליאַרדן דאָלאַרן. די איראַנישע רעגירונג, פֿון איר צד, האָט אויך פֿאַרשטאַנען, אַז דער אָפּמאַך רופֿט אַרויס אַן אומגעוווּנטשענעם בײַ־עפֿעקט. אויב די רעגירונג פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן וויל ברענגען שלום אינעם מיטל־מיזרח, האָט געפֿרעגט אַ הויך־ראַנגיקער איראַנישער מלוכה־פֿאָרשטייער בעת אַן אַנומלטיקן שמועס אין ניו־יאָרק, פֿאַרוואָס זשע שאַפֿט זי דאָרטן אַ נײַעם אַרסענאַל?

נאָכן אָפּשאַפֿן די סאַנקציעס, וועט איראַן האָבן מער פֿינאַנציעלע און געזעצלעכע מעגלעכקייטן צו קריגן אַן אייגענעם אַרסענאַל פֿון אַנדערע קוואַלן. אין דער זעלבער צײַט, וועלן סאַודיע און אַנדערע לענדער פֿון פּערסישן אײַנגוס אָנשטאָפּן זייערע מיליטערישע באַזעס מיט דער אַמעריקאַנער סחורה. ממילא, וועט זיך באַקומען אַ דרײַעק פֿון וואָפֿן־קאָנקורענץ צווישן דרײַ כּוחות: איראַן, ישׂראל און די סוניטן.

די אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע האָט צוגעזאָגט צו פֿאַרפֿעסטיקן די זיכערהייט־באַציִונגען מיט ישׂראל און אויסגעבן מער געלט אויף די ישׂראלדיקע מיליטערישע צוועקן. אַמעריקע וועט אינעם דאָזיקן פֿאַרמעסט שפּילן די ראָלע פֿון אַן אינטערנאַציאָנאַלן אַרביטער. אויב ישׂראל וועט אַפֿילו קריגן אַזעלכע מאָדערנע און מעכטיקע מינים געווער, ווי די גרעסטע באָמבעס, וואָס קאָנען אַרײַנדרינגען טיף אונטער דער ערד און צעשטערן אַ בונקער, אָדער די בעסטע מיליטערישע עראָפּלאַנען פֿונעם מאָדעל F-35 — און ישׂראל איז דאָס איינציקע לאַנד אינעם מיטל־מיזרחדיקן ראַיאָן, וואָס קלײַבט זיך צו באַקומען אַזאַ טעכנאָלאָגיע — איז עס לאַוו־דווקא אַ גוטער סימן. די ישׂראלדיקע רעגירונג איז נישט צופֿרידן, וואָס די סוניטישע שותּפֿים פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן וועלן אויך באַקומען כּלערליי מעכטיקע מינים געווער.

משה יעלון, דער ישׂראלדיקער שוץ־מיניסטער, האָט באַמערקט, אַז אין אַזאַ מצבֿ וועט זײַן שווערער אָנצוהאַלטן דעם מיליטערישן אויבערהאַנט. הגם געוויסע אַראַבישע לענדער געפֿינען זיך אין פֿרײַנדלעכע באַציִונגען מיט אַמעריקע, זענען זיי נישט קיין גוטע פֿרײַנד פֿון ישׂראל. הגם סאַודיע האָט קיינמאָל נישט אַרויסגעוויזן קיין אינטערעס צו אַטאַקירן ישׂראל, קאָן דאָרטן אויפֿקומען אַ נײַער, מער אַגרעסיווער רעזשים.

די אַמעריקאַנער רעגירונג האָט שוין גוטגעהייסן אַ גרויס־מאַסשטאַביקן אָפּמאַך מיט סאַודיע און אַנדערע אַראַבישע לענדער אינעם ראַיאָן, אַרײַנגערעכנט אַ קאָנטראַקט אויף אַ סומע פֿון מיליאַרד דאָלאַר, לויט וועלכן מע וועט פֿאַרפֿעסטיקן דעם סאַודישן מיליטערישן ים־פֿלאָט. די פֿאַראייניקטע אַראַבישע עמיראַטן קלײַבן זיך אויך צו באַצאָלן כּמעט אַ מיליאַרד דאָלאַר פֿאַר מעכטיקע אַמעריקאַנער ראַקעטן און באָמבאַרדירונג־סיסטעמען.

אַזוי צי אַזוי, זענען די אַמעריקאַנער מיליטערישע פֿירמעס, אַוודאי, צופֿרידן מיט דער געלעגנהייט צו פֿאַרקויפֿן זייער סחורה. דער אָפּמאַך מיט איראַן וועט זיי זיכער ברענגען אַ גרויסן רווח. וואָס וועט דערפֿון אַרויסקומען, בלײַבט אָבער אַ קשיא.