אין דעצעמבער 1912 האָט דוד בערגעלסאָן געשריבן מיט התלהבֿות פֿון װילנע צו שמואל ניגער: „איצט איז נאָך בײַ אונדז אַזאַ מין צײַט, װען ס’װערט געבױרן דער נײַער ייִד, װאָס באַדאַרף קומען און אױפֿרײַסן. װײס איך, װאָס עס איז געװען אָט דער פֿײַער פֿון דער אױסערלעכער רעװאָלוציע. דער פֿײַער איז איצט אַן אינערלעכער, ס’קומט פֿאָר אינעװײניק מעשׂה־מרכּבֿה. ס’טראָגט זיך עפּעס אין דער לופֿט און ס’טוט פֿון צײַט צו צײַט אַ בליץ אָט דאָ, אָט דאָרט.‟ בערגעלסאָן און ניגער זײַנען דעמאָלט געװען פֿאַרטאָן אין אַרױסלאָזן דעם זשורנאַל „די ייִדישע װעלט‟, װאָס האָט פּראָפּאַגאַנדירט די מאָדערנע װעלטלעכע נאַציאָנאַלע ייִדישע קולטור.
„די ייִדישע װעלט‟, װאָס עד־היום בלײַבט אַ מוסטער פֿון דער ערשט־ראַנגיקער ייִדישער פּובליציסטיק, ליטעראַטור און קריטיק, האָט געהערט צו דער אידעאָלאָגישער שיטה פֿון ייִדישן אױטאָנאָמיזם. די געשיכטע פֿונעם דאָזיקן געדאַנקענגאַנג און זײַנע פּאָליטישע גילגולים װערט גרונדיק אויסגעפֿאָרשט אינעם נײַעם בוך פֿון פּראָפֿעסאָר שמעון ראַבינאָװיטש (באָסטאָנער אוניערסיטעט) „ייִדישע רעכט, נאַציאָנאַלע מינהגים: נאַציאָנאַליזם און אױטאָנאָמיע אין די שפּעטערע יאָרן פֿון דער רוסישער אימפּעריע און בעת דער רעװאָלוציע‟ (2014).
ראַבינאָװיטש הײבט אָן מיט אױסלייגן די אַלגעמײנע פּרינציפּן פֿון דעם נאַציאָנאַלן אױטאָנאָמיזם. די דאָזיקע אידעאָלאָגיע איז אַנטשטאַנען אױפֿן שװעל פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט אין צװײ פֿילפֿעלקערדיקע אימפּעריעס — דער רוסישער און דער עסטרײַך־אונגאַרישער. „פֿאַר אַ סך ייִדן‟, שרײַבט ראַבינאָװיטש, „איז נאַציאָנאַליזם געװען אַ בריק צװישן דער װעלט פֿון דער טראַדיציע און דער מאָדערנער װעלט‟. זײ האָבן געזוכט אַן אופֿן װי אַזױ צו פֿאַרבלײַבן אַ טײל פֿונעם ייִדישן כּלל, אָבער אױך אָנטײל צו נעמען אינעם קולטורעלן און עפֿנטלעכן לעבן פֿון די אַרומיקע פֿעלקער. אַזאַ מין פּשרה האָט זײ פֿאָרגעלײגט אױטאָנאָמיזם, װאָס איז געװען אַ מין מיטלװעג צװישן ציוניזם און אַסימילאַציע.
דער ייִדישער אױטאָנאָמיזם איז ניט געװען קײן אײנהײַטלעכע פּאָליטישע באַװעגונג, און האָט ניט געהאַט קײן מאַסן–נאָכפֿאָלגערשאַפֿט. דאָס איז געװען אַן אידעאָלאָגישע שטראָמונג צװישן דער רוסיש־ייִדישער אינטעליגענץ, װאָס האָט געשטאַמט פֿון טראַדיציאָנעלע ייִדישע הײמען און באַקומען אַ מאָדערנע בילדונג. די פֿירנדיקע פֿיגורן זײַנען געװען דער היסטאָריקער שמעון דובנאָװ און דער סאָציאַליסטישער דענקער חײם זשיטלאָװסקי. אידעאָלאָגיש האָבן זײ פֿאָרגעשטעלט פֿאַרשידענע שיטות: דובנאָװ איז געװען אַ ליבעראַל, בעת זשיטלאָװסקי איז געװען אַ סאָציאַליסט.
פֿאַר דובנאָװן איז דער מוסטער פֿון אַ צוקונפֿטיקער ייִדישער אױטאָנאָמער קהילה געװען די אָרגאַניזאַציע פֿונעם ועד־אַרבע־אַרצות, דער אָרגאַן פֿון דער ייִדישער אַלײן־פֿאַרװאַלטונג אין דער פּױליש־ליטװישער מלוכה. דובנאָװ האָט געהאַלטן, אַז די ייִדישע אױטאָנאָמיע קאָן נוצן דרײַ שפּראַכן: ייִדיש, העברעיִש און רוסיש. פֿאַר זשיטלאָװסקין איז די ייִדישע צוקונפֿט געװען פֿאַרבונדן מיטן סאָציאַליסטישן איבערבױ פֿון דער גאַנצער געזעלשאַפֿט, און ייִדיש איז געװען דער קולטורעלער יסוד פֿון דער נײַער װעלטלעכער ייִדישקײט. בײדע דענקער האָבן געגלייבט, אַז די מיזרח־אײראָפּעיִשע ייִדן זײַנען אַנדערש פֿון זײערע מערבֿ־אײראָפּעיִשע ברידער, װײַל זײ היטן אָפּ דעם ייִדישן פֿאָלק־אידעאַל.
דער עיקרדיקער פּאָליטישער פּרינציפּ פֿון אױטאָנאָמיזם איז געװען די פּאָליטישע אָנערקענונג פֿון די קאָלעקטיװע רעכט פֿונעם ייִדישן כּלל װי אַ נאַציאָנאַלע גרופּע מצד דער מלוכה. אָבער װײַטער האָבן זיך אָנגעהױבן חילוקי־דעות: איז די ייִדישע עדה אַ װעלטלעכע אָדער אַ רעליגיעזע; צי דאַרף מען האָבן אַ ספּעציעלן שטײַער צו שטיצן די ייִדישע אינסטיטוציעס; צי מוזן אַלע ייִדן זײַן מיטגלידער פֿון דער אױטאָנאָמיע, און װי אַזױ װעט מען מיט איר פֿאַרװאַלטן? בעת די פּאָליטישע כּלל־טוער האָבן דעבאַטירט די דאָזיקע פֿראַגן אױף זײערע אַסיפֿות, האָבן די קולטור־טוער און ליטעראַטן, אַזעלכע װי ניגער און בערגעלסאָן, פֿאַרלײגט די קולטורעלע יסודות פֿון דער צוקונפֿטיקער אױטאָנאָמיע.
אינעם לעצטן סך־הכּל איז די ייִדישע ליטעראַטור און קונסט פֿון יענער צײַט פֿאַרבליבן די אײנציקע דױערנדיקע ירושה פֿון אָט די אַלע אידעיִשע און פּאָליטישע חקירות. די ייִדישע היסטאָריקער גריבלען זיך אין די קלײנע אותיות פֿון פּאָליטישע פּראָגראַמען און װיכּוחים, לײענען מיט התמדה די פּראָטאָקאָלן פֿון באַראַטונגען, אָבער זיי האָבן כּמעט ניט קײן אינטערעס צו די קולטורעלע פּראָדוקטן פֿון אָט דעם דאָזיקן אױפֿבלי פֿון ייִדישן נאַציאָנאַלן געדאַנק. מען באַטראַכט קולטור װי אַ פּאָליטישע כּלי, נאָר מען רעדט ניט װעגן איר תּוך און װערט פֿאַר זיך.
די װערק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ בילד פֿונעם עבֿר, װאָס איז אַנדערש פֿון די פּאָליטישע מאַניפֿעסטן און פּאַרטײ־פּראָגראַמען. בעת די פּאָליטיקער האָבן געהאַלטן ייִדיש פֿאַר אַ מאַסן–שפּראַך פֿאַרן עמך, זײַנען די ייִדישע מאָדערניסטן געװען פֿאַרטאָן אינעם שאַפֿן אַ נײַע ייִדישע קולטור פֿאַר דער ייִדישער אינטעליגענץ און מיטלשטאַנד. בערגעלסאָן האָט געהאַט אין זינען לייענערינס, װאָס „װעלן זיך מוזן באַהאַלטן מיטן ייִדישן ביכל אין האַנט אָדער בעטן די דינסט, אַז זי זאָל עס פֿאַר זײ איבערלײענען‟. דװקא אָט דער אױטאָנאָמיסטישער געדאַנקענגאַנג האָט גורם געווען אַ נײַע ייִדישע עסטעטיק, װאָס האָט צונױפֿגעשמאָלצן דעם אײראָפּעיִשן מאָדערניזם מיט דער ייִדישער טראַדיציע, און אַרױסגעבראַכט די שענסטע מוסטערן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און קונסט.
די הײַנטיקע היסטאָריקער פֿון מיזרח־אײראָפּעיִשן ייִדנטום זײַנען גוט באַהאַװנט אין די װיסנשאַפֿטלעכע מעטאָדן און היסטאָרישע מקורים אױף פֿאַרשידענע שפּראַכן. װאָס עס פֿעלט זײ יאָ — און דאָס זעט מען גאַנץ בולט, װען מען פֿאַרגלײַכט זײ מיט זײערע פֿאָרגײער, װי למשל שמעון דובנאָװ — איז דער עסטעטישער חוש פֿאַר דער קונסט און ליטעראַטור פֿון דער תּקופֿה. און פֿאַרקערט, אַ סך הײַנטיקע ליטעראַטור־פֿאָרשער פֿאַרמאָגן ניט קײן ברײטן היסטאָרישן האָריזאָנט און פֿאַרלאָזן זיך בלױז אױף די הײַנטיקע מאָמענטאַלע סך־הכּלען אַנשטאָט צו פֿאַרלאָזן זיך אויף לעבעדיקע גבֿית־עדותן פֿון דער תּקופֿה. אין בײדע פֿאַלן בלײַבט דאָס בילד פֿונעם עבֿר אַ פֿעלערהאַפֿטיקס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.