נאָכן חורבן השלישי, ווען מיר האָבן אָנגעוווירן אַ דריטל פֿון אונדזער פֿאָלק און זייער נאָכוווּקס, זײַנען מיר פֿאַרבליבן לעבעדיקע יתומים מיט אַ געמלטער צונג. אָנגעוווירן דעם טעם פֿון ייִדיש־קודש. האָב איך באַשלאָסן אַ ביסל הנאה צו האָבן פֿון לעבן און נאָכשפּירן ווי ייִדן האָבן זיך אַדורכגערעדט אַמאָליקע צײַטן אין די שטעטלעך, דערפֿלעך און ייִשובֿים. אַפֿילו דאָס שטעטלשע לשון פֿלעגט קלינגען מוזיקאַליש אַנדערש; זיי פֿלעגן זאָגן „בעטוועש‟ אַנשטאָט „בעטגעוואַנט‟, זיי פֿלעגן „אָפּרײַכערן‟ דאָס הינדל אַנשטאָט „פּאַרען‟.
געווען אַמאָל אַ שטעטעלע, וווּ די קאַרטאָפֿליעס האָבן אַזוי לאַנג געקוואַטשקעט ביז ס’זײַנען אַרויסגעשפּרונגען פֿון זיי קאַשע־בולבעס, און אַז מ’האָט פֿאַרבעטן אַ גאַסט אויף וועטשערע, פֿלעגט דער אורח זאָגן: „האַלט נישט אויף דעם ייִדישן גלות, גיט אַהער נאָך אַ קאַשע־בולבע.‟ געפֿונען נאָך אַ ווערטל וואָס געפֿעלט מיר: „אַ שטוב דאַרף האָבן אַ בעל־הביתטע, און אַ שטאַל דאַרף האָבן אַ בעל־הבית.‟ „אַז דער טאַטע איז אַ בעל־שם, איז דער זון אַ גולם.‟ „פּורים־צײַט, אַז אַ טויבער הערט דעם גראַגער, מאַכט ער אַ ברכה איבער אַ דונער‟.
דער עיקר, די אַמאָליקע ייִדן, וועלכע האָבן געלעבט אין כאָפּטעס און דוחק, האָבן זיי געהאַט אַ צונאָמען כּמעט פֿאַר יעדן פֿון זייערע שטעטלעך. אַ שלל פֿון זייערע אײַנוווינער האָבן געשמט פֿאַר טאַשן־ציִער, פֿערד־גנבֿים שוין אָפּגערעדט פֿון נאַראָנים. מ’האָט גערופֿן די אָזירקאָווער ייִדן חזירים, ווענגעראָווער — חיות, טאָרבינער — כניאָקעס, טאַרטשינער — ליימענע גולמס, זשעליעכאָווער — שליאָכעס, ווראָצלעווער — קעלבאַסניקעס און זאַמאָשטשער — טעלעפֿאָן. און דער אמת איז, אַז ווען מען האָט אָנגעהויבן קלערן און רעדן אין זאַמאָשטש וועגן אײַנפֿירן אַ טעלעפֿאָן, האָט גענומען פֿון אסתּר־טענית ביז פּורים ביז די אידעע איז פֿאַרווירקלעכט געוואָרן, און דער טעלעפֿאָן האָט געפֿונען אַ היים, קודם־כּל, אין זאַמאָשטש, י. ל. פּרצעס שטעטעלע.
אין זוויטשין, קאָזשעניצער גובערניע, האָט מען גערופֿן די שוסטער משה רבינוס שוסטערלעך; זעט אויס, אַז די זוויטשינער האָבן נישט געגלייבט, אַז משה רבינו האָט געטראָגן פֿאַרלאַטעטע שיך. די אַמעריקאַנער האָט מען גערופֿן משומדים. די שטעטלשע ייִדן האָבן גערופֿן די בודאַפּעשטער ייִדן — אונגאַרישע דײַטשן… היתּכן, די אָרטאָדאָקסן האָבן זיי באַצייכנט מיט אַזא יום־טובֿדיקן נאָמען, ווײַל זיי זײַנען געווען קורץ־געקליידטע ייִדן. עס זעט אויס, אַז די ייִדישע השׂכּלה איז געקומען פֿון דײַטשלאַנד און דער אונגאַרישער ייִד, דער עיקר, פֿון בודאַפּעשט, האָט מיט זיך באַצייכנט די העכסטע מדרגה פֿון אַ ייִדישן פֿרײַדענקער, אַפּיקורס, הייסט עס.
מײַן מאַמע פֿלעגט קיין מאָל נישט שעלטן, און אויב יאָ, האָב איך די קללות נישט פֿאַרשטאַנען, ווײַל זיי זײַנען געווען אין לשון־קודש. שפּעטער האָט מײַן טאַטע מיר זיי אויפֿגעקלערט. זי פֿלעגט זאָגן: „כ’האָב אים אין לויוויטש‟. האָב איך זיך דערוווּסט, אַז „לויוויטש‟ האָט פֿאַרמאָגט דאָס גרעסטע ייִדישע בית־עולם אין פּוילן. אָדער זאָל ער גיין אין דער „שאָלטעכטי‟, „שאול־תּחתּיה‟, דאָס אונטערשטע גיהנום. אין לאָדזש פֿלעגט מען אויך רופֿן אַ קיכל מיט יאַגדעס „לאָדזשער סטאָניקעס‟.
גייען מיר ווײַטער איבער די שטעט און שטעטלעך פֿון אַמאָל, פֿול מיט זאַפֿטיק לשון און לשון־הרע. האָט מען גערופֿן די ייִדן אין מאָסקווע, „מאָסקווער משומדים‟. ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, איז דער צונאָמען אויפֿגעקומען נאָך „גירוש־מאָסקווע‟ אין 1891, ווען אַ סך ייִדן האָבן זיך געשמדט.
אַרגענטינער ייִדן האָט מען גערופֿן: „אַרגענטינער מאָטשאָווניקעס‟. דאָס וואָרט „מאָטשאָווניק‟, קומט פֿון פּויליש, און עס מיינט „אַלפֿאָנס‟. ס’האָט געהאַט צו טאָן מיטן פֿרויען־האַנדל. די חבֿרה בלאַטע אַלפֿאָנסן פֿלעגן פֿאַרנאַרן ייִדישע מיידלעך פֿון שטעט און שטעטלעך מיטן צוזאָג פֿון הייראַט, און זיי פֿאַרקויפֿט אין די שאַנד־הײַזער.
ס’איז אינטערעסאַנט צו דערמאָנען, אַז איידער מ’האָט אויסגעבויט אין לאָדזש אַ בית־עולם, פֿלעגט מען די מתים באַגראָבן אויפֿן זגיערזשער בית־עלמין. ביז לאָדזש האָט אויסגעבויט אַן אייגענעם בית־עלמין סוף 19טן יאָרהונדערט. ווען מען האָט באַגראָבן דאָרט דעם ערשטן מת, האָט מען זיך געזעצט אים היטן איבערנאַכט, קיינער זאָל אים, חלילה, נישט צולקחנען. אָבער די זגיערזשע חבֿרה באַגרעבער האָבן זיך פֿאָרט אַרײַנגעכאַפּט אַהין, אַרויסגעגנבֿעט דעם מת, אים באַגראָבן אויפֿן זגיערזשער בית־עולם און געפֿאָדערט אָפּצאָל מזומן געלט.
אַן ענלעכע מעשה האָט מען באַשריבן אין דער ייִדישער טאָג־צײַטנג „דער מאָמענט‟ אין 1911. אין שטעטעלע קרוטשעוו, וואָס האָט זיך געפֿונען דרײַ וויאָרסט פֿון אָטוואָצק, האָבן זיי פֿאַרמאָגט זייערס אַן אייגן בית־עולם. און כאָטש אין קרוטשעוו שטאַרבט מען זעלטן, איז דאָס געווען אַדאַנק אָטוואָצק, וואָס האָט פֿאַרמאָגט עטלעכע סאַנאַטאָריעס, און שפּיטעלער. בײַ די קרוטשעווער ייִדן איז דער בית־עולם געווען אַ טייל פֿון זייער פּרנסה, און איר זאָלט וויסן זײַן, אַז דער מלאך־המות איז בײַ די באַגרעבער געווען אַן אָנגעלייגטער גאַסט.
פּונקט ווי אַלע אַנדערע גרויסע סוחרים, האָבן די קרוטשעווער פּרנסים אָנגעשטעלט, קאָמיסיאָנערן און פֿיליעס (אין אַמעריקע רופֿט מען עס „לאַביסטס‟). זיי פֿלעגן אויסגעפֿינען, ווער ס’איז חרובֿ־קראַנק, ווער ס’האַלט בײַ גסיסה, און ווער ס’האַלט שמאָל. די סכּנה האָט זיי געדראָט מען זאָל חלילה נישט אַוועקפֿירן זייער סחורה קיין וואַרשע און צונעמען בײַ זיי די פּרנסה. דערווײַל האָט זיך געפֿונען אין קרוטשעוו אַ וואַרשעווער ייִד, אַ קאַמאַשנמאַכער מיטן נאָמען ה. בינענקאָפּ, וועלכער איז חרובֿ־קראַנק געוואָרן אויף שווינדזוכט. יענעם זונטיק איז אים געוואָרן שלעכט און פֿילנדיק אַז ער וועט נישט לאַנג אָנציִען, האָט ער געראַטן זײַן פֿרוי: „איך וויל שטאַרבן אין וואַרשע, צווישן אייגענע.‟
ווען די קרוטשעווער אַגענטן האָבן זיך דערוווּסט, אַז זייער סחורה פֿירט מען קיין וואַרשע, זײַנען זיי מיטגעפֿאָרן אין זעלביקן צוג מיט דעם מסוכּן קראַנקן, זײַן פֿרוי און שוואָגער. ווען דער צוג האָט זיך דערנעענטערט צו וואַרשע, זײַנען די אַגענטן געוואָרן אומרויִק. אָט, אָט און זיי וועלן אָנווערן זייער פּרנסה. דערווײַל האָט דער קראַנקער גענומען גוססן, און ווען דער צוג האָט זיך דערנענטערט צו דער סטאַנציע יוזעפּאָוו, זײַנען די אַגענטן צוגעלאָפֿן צום קראַנקן און גענומען שרײַען אויף זײַנע באַגלייטער: „וואָס פֿירט איר נעבעך אַזא מסוכּן קראַנקן קיין וואַרשע? איר זעט דען נישט, אַז ער שטאַרבט!‟ — און אַזוי, רעדנדיק, האָבן זיי אים מיט געוואַלד געכאַפּט, געדונגען אַ קאָטש און אים אָפּגעפֿירט צוריק קיין אָטוואָצק, וווּ ער איז גלײַך ניפֿטר געוואָרן, און פֿון דאָרט אויפֿן קרוטשעווער בית־עולם, וווּ די קרוטשעווער וועלן אים מקבר זײַן. זינט דעמאָלט אָן איז אַרומגעגאַנגען אַ ווערטל אין גאַנץ פּוילן: „זיי האָבן זיך אָפּגערעכנט אויפֿן קרוטשעווער אופֿן‟.
די מעשׂה איז טאַקע אויסטערליש אוממאָראַליש, אָבער עס זײַנען פֿאָרגעקומען אין די שטעטלעך אַלערליי סיכסוכים, נישט נאָר צום לאַכן, נאָר אויך צום וויינען. און אויב עמעצן פֿאַלט אײַן, אַז דאָס שטעטל איז באַשטאַנען פֿון לויטער צדיקים, מוז איך גלײַך צוגעבן, אַז יעדעס שטעטל האָט פֿאַרמאָגט אירע צדיקים און אירע רשעים, תּלמידי־חכמים און אָפּגעשטאַנענע חבֿרה, פֿרומע און פֿרײַע, ערלעכע ייִדן און גנבֿים, חכמים און אַנאַלפֿאַבעטן. אַזוי אַז נאָכן חורבן האָבן מיר באַצײכנט דאָס שטעטל ווי מקום־קודש, איז לאָמיר עס אַזוי איבערלאָזן און ענדיקן מיט „עם ישׂראל חי!‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.