אויף דער וועבזײַט Jewniverse, וווּ עס ווערן געזאַמלט פֿאַרשיידענע אומגעוויינטלעכע און טשיקאַווע נײַעס אויף ייִדישע טעמעס, האָט ליסאַ גאָלדמאַן דערציילט, ווי דער עסטרײַכישער זינגער האַנס ברויער האָט נישט לאַנג צוריק געזונגען אויף ייִדיש דאָס באַקאַנטע ליד „אויפֿן וועג שטייט אַ בוים‟, פֿאָרנדיק אין אַ לאַסט־אויטאָ מיט אַ גרופּע סירישע און פּאַלעסטינער פּליטים פֿון בודאַפּעשט קיין דײַטשלאַנד.
לעצטנס, זענען צענדליקער טויזנט מענטשן פֿון סיריע אָנגעקומען קיין אונגערן און געבליבן דאָרטן שטעקן במשך פֿון עטלעכע וואָכן, ווײַל די זיכערהייט־כּוחות האָבן זיי נישט אַרײַנגעלאָזט אין די באַנען, כּדי זיך צו דערקלײַבן קיין דײַטשלאַנד, וווּ זיי האָפֿן צו באַקומען דעם פּליטים־סטאַטוס. די שרעקלעכע בילדער פֿון משפּחות מיט קליינע קינדער, וואָס שלאָפֿן אויפֿן האַרטן צעמענט לעבן דעם בודאַפּעשטער אײַזנבאַן־וואָקזאַל, דערמאָנען אין די שוידערלעכע געשעענישן פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט, ווען טויזנטער ייִדישע פּליטים האָבן געוואַנדערט איבער אייראָפּע, האָפֿנדיק דאָרטן צו געפֿינען אַ מקום־מיקלט.
ברויער איז איינער פֿון די פֿרײַוויליקע דײַטשישע און עסטרײַכישע העלפֿער, וואָס ברענגען די פּליטים פֿון אונגערן קיין דײַטשלאַנד אין פּריוואַטע אויטאָס. דאָס באַקאַנטע סענטימענטאַלע וויגליד איז געשאַפֿן געוואָרן אויף איציק מאַנגערס ווערטער און אַן עלטערער ייִדישער מעלאָדיע. דער באַוווּסטער פּויליש־אַמעריקאַנער ייִדישער מוזיקער פֿיליפּ לאַסקאָווסקי האָט קאָמבינירט דעם ניגון מיט מאַנגערס דיכטונג. הגם די אַראַביש־רעדנדיקע פּליטים האָבן נישט געקאָנט פֿאַרשטיין דעם טײַטש פֿון די ווערטער, האָבן זיי אַלע מיטגעזונגען דעם רעפֿרען.
לויט ברויערס פּערזענלעכער וועבזײַט, איז זײַן טאַטע געווען אַ ייִד, און ביידע זײַנע עלטערן זענען געווען אַנטי־פֿאַשיסטישע אַקטיוויסטן. גאָלדמאַן באַמערקט אין זײַן נאָטיץ, אַז ס׳איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן אַן אַנדער סצענע, וואָס רופֿט אַרויס אַזויפֿיל קאָמפּליצירטע היסטאָרישע אַסאָציאַציעס. די סיריש־פּאַלעסטינער פּליטים זענען פֿאַרהאַלטן געוואָרן אין אַן אונגערישן לאַגער פֿאַר אומלעגאַלע אימיגראַנטן; אַן עסטרײַכער, זינגענדיק אויף ייִדיש, פֿירט זיי אַוועק קיין דײַטשלאַנד, וווּ זיי קאָנען זיך ראַטעווען און באַקומען, האָפֿנטלעך, נאָרמאַלע בירגערלעכע רעכט. אַזוי צי אַזוי, גיט גאָלדמאַן צו, הייבט זיך אָן מיט אַזאַ פּאַראַדאָקסאַלער סצענע דאָס נײַע ייִדישע יאָר.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.