שטאַרבן און צאָלן שטײַערן

Death and Taxes

Yehuda Blum

פֿון הערשל גלעזער

Published September 20, 2015, issue of October 16, 2015.

אין די פֿאַרגאַנגענע אַרטיקלען האָט זיך גערעדט אָט וועגן געלט, אָט וועגן שטאַרבן. דאָס מאָל: אַ גליק האָט אײַך געטראָפֿן — וועט זיך רעדן וועגן ביידע!

בענדזשאַמין פֿרענקלין זאָל עס האָבן געזאָגט, אַז צוויי זאַכן אין לעבן קען מען נישט אויסמײַדן: שטאַרבן און צאָלן שטײַערן. איז דאָך נישט קיין חידוש, אַז סײַ אויף מאַמע־לשון, סײַ אויף אַנדערע לשונות איז דאָ אַ סך צו רעדן וועגן ביידע ענינים.

קודם־כּל, ווייסן מיר שוין, אַז „געלט“ קערy זיך אָן מיט גאָלד; ס׳ענגלישע money איז נישט מער ווי ס׳פֿראַנצייזישע monnaie ׳מטבע׳. פּויליש pieniądze ׳געלט׳ איז עטימאָלאָגיש ׳מטבעות׳. וואָס זשע מיינט, „מטבע“? פֿונעם שורש „טבע“, צוו״א טײַטש ׳שטעמפּל׳ — אַ מטבע איז דאָך אַ שטיקל מעטאַל מיט אַ שטעמפּל. ווי זאָגט דזשיגאַן וועגן ישׂראלדיקע באַנקנאָטן? „אויך געלט! אָפּגעשמועסט געלט! מע נעמט אַ שטיקל פּאַפּיר, מע לייגט אַרויף אַ צאַצקע און מע שמועסט זיך אָפּ, אַז דאָס איז פֿופֿציק פֿונט‟. אין תּוך אַרײַן זענען אַלע געלטער „אָפּגעשמועסטע“ — זיי פֿונקציאָנירן נאָר ווען מע האָט צו זיי צוטרוי.

ווי זשע זאָגט מען בײַ די אומות־העולם נישט אויף געלט בכּלל, נאָר אויף געלט וואָס מע טראָגט עס אַרום אין קעשענע? ס׳רובֿ עפּעס פֿונעם שורש „גרייט“: פּויליש gotówka, טשעכיש hotovost, ביידע טײַטש ‘גרייט(קייט)’. ייִדיש „מזומן“, איז אויך אויף לשון־קודש טײַטש ‘גרייט’ — בײַ סטוטשקאָוו געפֿינט מען טאַקע דעם סינאָנים „גרייט געלט“. בײַ דזשיגאַן און שומאַכער איז אויך אויסגעקומען צו הערן „קאַסעגעלט“, וואָס איז זייער ענלעך צום ענגלישן cash.

און דאָ געפֿינט זיך די פֿאַרבינדונג צווישן שטאַרבן און צאָלן שטײַערן. אַ מאָל האָבן די רוימער געהאַט אַ וואָרט capsa, טײַטש ‘קעסטל (ס׳רובֿ צו טראָגן פּאַרמעט)’, וואָס איז אַרײַן צו זיי פֿון די גריכן, פֿאַרשטייט זיך. די רוימער זענען דאָך געווען זייער אַ ברייטהאַרציק פֿאָלק, האָבן זיי דאָס וואָרט צעגעבן רעכטס און לינקס. אַ שטייגער: פֿראַנצייזיש châsse ‘קעסטל, וווּ מע האַלט דאָס געביין פֿון די הייליקע’ (אָט די פֿאַרבינדונג מיטן טויט); איטאַליעניש cassa ‘קעסטל’. שפּעטער איז דאָס איטאַליענישע וואָרט געוואָרן טײַטש ‘קעסטל, וווּ מע האַלט געלט’ — כּידוע זענען עס די איטאַליענער געווען די ערשטע מאָדערנע באַנקירער — וואָס איז אַרײַן אין פֿראַנצייזיש, דײַטש, רוסיש, פּויליש און ייִדיש; ס׳איז אויך אַרײַן אין ענגליש, אָבער מיטן טײַטש ‘גרייט געלט’.

דאָס וואָרט האָבן, אַגבֿ, אויך איבערגענומען די טשעכן, אָבער מיט אַן אַנדער טײַטש: נישט ‘קעסטל’ און נישט ‘געלט’, נאָר ‘קעשענע’ גאָר.

ס’איז אויך טשיקאַווע, אַז פּונקט אַזוי ווי, אַ שטייגער, מאַמע-לשון האָט צוויי מאָל אַרײַנגענומען ס׳זעלביקע וואָרט („קאָרט“ אַקעגן „קאַרטל“) איז עס אויך געשען אויף ענגליש: סײַ cash, סײַ case (מיטן טײַטש ‘קעסטל’) נעמען זיך פֿון דעם שורש — נאָר case איז אַרײַן אין ענגליש מיט הונדערטער יאָרן פֿריִער. (ס׳ענגלישע וואָרט case „ענין, פֿאַל“ איז דאָ נישט שייך.) חוץ דעם, האָט ענגליש אויך cassette, capsule אאז״וו.

אויף דײַטש, ווידער, זאָגט מען טאַקע Kasse אויף אַ געלטקעסטל, אָבער אויף ‘מזומן’ זאָגט מען דווקא Bargeld — bar איז טײַטש ‘נאַקעט, הויל’, אַזוי ווי ס’ענגלישע bare, ס’ייִדיש „באָר(וועס)“ — ס’קער זיך אַפֿילו אָן מיטן פּוילישן bosy. פֿאַר וואָס? אַ פּנים, וואָרן מזומן איז אָפֿן, יעדער קען עס זען און נעמען אין דער האַנט אַרײַן.

אַחרון אַחרון חבֿיבֿ, האָט אויף ייִדיש „מזומן“ נאָך אַ טײַטש — דרײַ ייִדן, בדרך־כּלל אַזעלכע, וואָס עסן צוזאַמען בײַ איין טיש. צו דאַווענען און צו בענטשן איז בעסער אַ מנין — צען ייִדן, פֿֿאַרשטייט זיך — אָבער אויב קיין מנין איז נישטאָ, איז זאָל כאָטש זײַן אַ מזומן. מיטן טאָפּעלן טײַטש פֿון „מזומן“ זענען פֿאַראַן ווערטערשפּילן:

איינער בענטשט מזומן, דער צווייטער ציילט מזומן; איינער האָט מזומן בײַם טיש, דער אַנדערער אין טאַש. צום סוף, אַ ביטער ווערטל אויפֿן חשבון פֿון מלמדים, פֿון די סאַמע אומבכּבֿודיקסטע ייִדן אין דער אַלטער היים: דער שלימזל און דער דלות נעמען דעם מלמד צום מזומן…