דער באַזוך פֿונעם פּויפּסט פֿראַנציס אין „ווײַסן הויז‟ וועט אויספֿאַלן פּונקט יום־כּיפּור, וועט מסתּמא קיין איין רבֿ אָדער ראַבינער זיך נישט בײַזײַן אויף דער אָפֿיציעלער באַגריסטונג־צערעמאָניע.
לויט אַ באַריכט אינעם „וואַשינגטאָן פּאָסט‟, רעכט מען זיך אויף מער ווי 10,000 געסט אויף דער צערעמאָניע אין וואַשינגטאָן. ווי אַ פּועל־יוצא וועלן די אָרטיקע ייִדישע אײַנוווינער, אויפֿן וועג אין שיל, זיך מוזן אַן עצה געבן מיט אַ גרויסן פֿאַרקער.
„דער ׳הייליקער פֿאָטער׳ האָט זייער אַ קאָמפּליצירטן צײַטפּלאַן פֿאַר דער נסיעה, האָבן מיר געטאָן דאָס בעסטע, וואָס מיר האָבן געקענט,‟ האָט מעליסאַ ראָדזשערס, די דירעקטאָרין פֿונעם „ביוראָ פֿון צוזאַמענאַרבעט מיט רעליגיעזע און געגנט־אָרגאַניזאַציעס‟ אינעם „ווײַסן הויז‟, געזאָגט פֿאַר רעפּאָרטערס די פֿאַרגאַנגענע וואָך. „ער וועט נישט זײַן בלויז איין טאָג אין וואַשינגטאָן, און עס וועלן אויך זײַן אַנדערע געגלענהייטן פֿאַר מענטשן פֿון פֿאַרשידענע רעליגיעס זיך צו באַטייליקן אין אונטערנעמונגען בעת דער פּויפּסט באַזוכט ניו־יאָרק און פֿילאַדעלפֿיע.‟
בײַם צונויפֿשטעלן דעם פּויפּסטס צײַטפּלאַן, האָט מען געדאַרפֿט אין זינען האָבן עטלעכע געשעענישן, וואָס פֿאַלן אויס אַרום יום־כּיפּור, ווי, למשל, די „קאָנפֿערענץ וועגן דער משפּהה‟ אין פֿילאַדעלפֿיע, און די „יו־ען‟ סעסיע וועגן די הײַנטיקע צילן פֿון דער אַלוועלטלעכער אַנטוויקלונג, האָט בען ראָדס, דער וויצע־עצה־געבער פֿאַר זיכערהייט־ענינים, געזאָגט.
„איך האַלט, אַז דער וואַטיקאַן איז דווקא געווען זייער בייגעווידיק, און מיר האָבן זיך אָנגעטאָן אַ כּוח צו פֿאַרזיכערן, אַז די אַמעריקאַנער ייִדישע כּלל־טוער וועלן קאָנען זיך באַטייליקן אין וויכטיקע צווישן־רעליגיעזע באַמיִונגען ווי אַ טייל פֿונעם פּויפּסטס וויזיט,‟ האָט ראָדס געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.