פּראָגרעס?

Progress?

wikipedia.com and baubauhaus.com

פֿון לייזער בורקאָ

Published September 27, 2015, issue of October 16, 2015.

ניט געקוקט אויף אַלע אונדזערע צרות, זעען מיר, אַז אַ סך אַספּעקטן פֿונעם מענטשלעכן לעבן פֿאַרבעסערן זיך. די טעכנאָלאָגיע, די מעדיצין, דאָס עסן, די באַדינגונגען פֿון לעבן — אַלץ ווערט בעסער אַזוי גיך, אַז מיר ריכטן זיך, אַז אַזוי וועט זײַן כּסדר. ווען די עקאָנאָמישע, טעכנאָלאָגישע, און סאָציאַלע אַנטוויקלונג גייט אָן פּאַמעלעכער אָדער שטעלט זיך אָפּ אויף אַ ווײַלע, ווערן מיר פֿרוסטרירט און אַנטוישט, אַזוי ווי די וועלט וואָלט אונדז געטאָן אַן עוולה.

ווען מע טראַכט זיך אַרײַן אין דעם, וואָס מיר פֿלעגן עסן און ווי מיר פֿלעגן זיך פֿאַרווײַלן מיט אַ פּאָר צענדליק יאָר צוריק, נעמט אָן אַ שרעק. דאָס עסן וואָלט מען הײַנט ניט גענומען אין מויל אַרײַן. די פֿילמען און טעלעוויזיע־פּראָגראַמען, וואָס האָבן דעמאָלט געמאַכט אַזאַ גרויסן רושם, זעען מיר איצט אײַן, אַז זיי זײַנען שלעכט געמאַכט, פּרימיטיוו, אַ טאַנדעטנע אַרבעט. ווי אַזוי האָבן מיר זיך געלאָזט אָפּנאַרן?

פּונקט ווי דער לעבנס־ניוואָ האָט זיך דערהויבן, האָבן זיך אויך דערהויבן אונדזערע סטאַנדאַרטן. דאָס, וואָס האָט פֿריִער געטויגט, טויג שוין נישט מער.

דערבײַ איז אָבער גוט צו געדענקען, אַז דער פּראָגרעס פֿונעם מענטשלעכן לעבן איז ניט קיין געזעץ פֿון דער נאַטור, נאָר אַ צופֿעליקע און מזלדיקע היסטאָרישע אַנטוויקלונג. הונדערטער און טויזנטער יאָרן האָבן מענטשן געלעבט אונטער אַזעלכע באַדינגונגען, אַז זייער מצבֿ איז געוואָרן ניט בעסער, נאָר ערגער. מע דאַרף בלויז טראַכטן וועגן די „טונקעלע יאָרהונדערטער‟ נאָכן אונטערגאַנג פֿון דער רוימישער אימפּעריע; וועגן דער „שוואַרצער פּעסט‟ אין 14טן יאָרהונדערט; אָדער וועגן דער לעצטער „אײַז־תּקופֿה‟, וואָס האָט געדויערט כּמעט הונדערט טויזנט יאָר, ביז מיט אַ צוועלף טויזנט יאָר צוריק. ווען די וועלט איז געווען באַדעקט מיט אײַז און בלאָטע, און מענטשן זײַנען געשטאָרבן ווי די פֿליגן, האָט מען ניט געקענט זײַן אַזוי אָפּטימיסטיש ווי הײַנט. פֿריִער האָט מען געגלייבט, אַז אַ מאָל איז געווען אַ „גאָלדענע תּקופֿה‟ און דערנאָך איז געקומען די ירידה. הײַנט גלייבט מען פֿאַרקערט, אָבער ס׳איז פֿאָרט אַן אײַנרעדעניש.

ס׳איז ניט כּדאַי זיך צו פֿרעגן: ווי לאַנג וועט אונדזער מזל נאָך אָנהאַלטן? ווי לאַנג, ביז עס וועט קומען אַ נײַע „אײַז־תּקופֿה‟, אָדער דער באַרימטער אַסטעראָיִד וועט זיך צונויפֿשטויסן מיט דער ערד? דערווײַל לאָמיר זײַן דאַנקבאַר, וואָס דער אַסטעראָיִד האָט אונדז אויסגעמיטן.

ס׳איז טשיקאַווע צו טראַכטן, ווי שווער עס איז זיך אָפּצוגעוווינען פֿונעם גלייבן אין פּראָגרעס. אין דעם פּרט איז עס ענלעך צום גלייבן אינעם גורל, אין „קאַרמאַ‟, אין דער אַסטראָלאָגיע, אין די געטלעכע כּוחות אאַז”וו. אַפֿילו ווען מען ווייסט מיטן ראַציאָנעלן שׂכל, אַז ס׳איז אַן אײַנרעדעניש, ווערט דער גלויבן כּלומרשט באַשטעטיקט פֿון דעם, וואָס מע זעט אַרום זיך. אפֿשר דאָך? אפֿשר איז עס פֿאָרט אמת?

אין אַזעלכע מאָמענטן איז גוט צו פֿאַרשטאַרקן דעם שׂכל דורכן דערמאָנען זיך די אַלע זאַכן, וווּ קיין פּראָגרעס זעט זיך ניט אָן. די נאַטירלעכע סבֿיבֿה, למשל, האַלט שמאָל — אפֿשר וועלן מיר אַפֿילו ניט דאַרפֿן קיין אַסטעראָיִד, כּדי אַלץ חרובֿ צו מאַכן? אָבער דער איצטיקער מצבֿ איז, דאַכט זיך, פֿאָרט בעסער ווי אַן „אײַז־תּקופֿה‟.

אונדזערע נאַציאָנאַלע חובֿות זײַנען, זאָגט מען, אַזוי גרויס, אַז זיי שטעלן אין סכּנה די ווײַטערדיקע עקסיסטענץ פֿון אונדזער „פֿאַרזאָרג־מלוכה‟. דאָס איז ניט גענוג שלעכט? אָבער רעלאַטיוו געזען, אין פֿאַרגלײַך מיט דער גאַנצער עקאָנאָמישער פּראָדוקציע, זײַנען אונדזערע חובֿות גאָר ניט אַזוי גרויס: אַן ערך 71%, און ניט כּמעט 110%, אַזוי ווי נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה; און אַ סך ווייניקער ווי בײַ די קאַנאַדער, די ענגלענדער, די פֿראַנצויזן, און אַפֿילו די דײַטשן.

די מלחמות אין מיטעלן־מיזרח, די הונדערטער טויזנטער קרבנות, דער מצבֿ פֿון די מיליאָנען פּליטים — זיכער איז דאָרט ניטאָ קיין פּראָגרעס. אָבער די היסטאָריקער זאָגן, אַז אונדזער אײַנדרוק, אַז מע הרגעט איינער דעם צווייטן אַלץ מער און מער, איז אַ פֿאַלשער: פֿאַקטיש פֿאַלט די צאָל קרבנות פֿון געוואַלד־מעשׂים שוין הונדערטער יאָרן כּסדר — ניט אין דער אַבסאָלוטער צאָל, נאָר ווי אַ פּראָצענט פֿון דער גאַנצער באַפֿעלקערונג. אַפֿילו אַז מע רעכנט אַרײַן די שחיטות פֿון הײַנט אָדער פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, מערקט זיך אַ דײַטלעכע פֿאַרבעסערונג אין אונדזער מצבֿ (דאָס איז, סטאַטיסטיש גערעדט, וועגן דער מענטשהייט בכלל, ניט וועגן אונדז ייִדן, צום באַדויערן).

כּדי צו געפֿינען זאַכן, וואָס ווערן טאַקע ערגער מיט דער צײַט, דאַרף מען אפֿשר אָנקומען צו דער קונסטוועלט. מיר האָבן ניט קיין מאָלער, וואָס קענען זיך פֿאַרגלײַכן מיט דאַ ווינטשי, מיקעלאַנדזשעלאָ און ראַפֿאַעל; ניט קיין קאָמפּאָזיטאָרן וואָס קענען זיך פֿאַרגלײַכן מיט באַך, בעטהאָווען און מאָצאַרט; ניט קיין פּאָעטן, וואָס קענען זיך פֿאַרגלײַכן מיט שעקספּיר אָדער דאַנטע. אמת, אונדזערע הײַנטיקע קינסטלער צייכענען זיך אויס מיט אַנדערע מעלות: אַבסטראַקטע ליניעס, אַבסורדישע שטריכן, נײַמאָדישע אידעאָלאָגיעס, קאָמפּיוטער־טעכנאָלאָגיע — אַ סך נײַע רעסורסן. אָבער ס׳איז פֿאָרט אַ ספֿק, צי מיר האָבן טאַקע פּראָגרעסירט אויף דעם געביט.

די דאָזיקע שלעכטע נײַעס ברענג איך ניט, כּדי צו צעשטערן די שׂימחה אָדער פֿאָרויסצוזאָגן אונדזער אונטערגאַנג, נאָר כּדי צו באַשטעטיקן דאָס, וואָס עס זאָגט אונדזער שׂכל; דער פּראָגרעס איז ניט קיין נאַטירלעכער פֿענאָמען, וואָס געשעט פֿון זיך אַליין, נאָר עס קען זײַן אַ רעזולטאַט פֿון שווערער אַרבעט פֿון אונדזער צד. דער מענטש דאַרף וועלן — ס׳איז ניט גענוג צו וואַרטן. און אַז מיר וועלן פּראָגרעסירן גענוג, וועלן מיר אַנטוויקלען די נייטיקע טעכנאָלאָגיע, כּדי פּטור צו ווערן פֿון יענעם אַסטעראָיִד, איידער ער מאַכט קאַליע אונדזערע פּלענער.