יוסף באָװשאָװער: פֿאָרגײער פֿון אַמעריקאַנער ייִדישן מאָדערניזם

Joseph Bovshover: Precursor of American Yiddish modernism

יוסף באָװשאָװער
יוסף באָװשאָװער

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published September 24, 2015, issue of October 16, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

באָװשאָװער גלייבט, אַז דער דיכטער פֿאַרמאָגט שליטה איבער די כּוחות פֿון דער נאַטור: „איך װעק דעם שטורעם אין די טיפֿע ימים, / איך שװעב אום מיט די װאָלקן מיט שטורעם און רױש; / איך ברענג דעם פֿרילינגס אײביקע בשׂמים, / דורך זאַפֿטע װינטעלעך זינג איך מיר אױס‟. אין דער װירקלעכקײט איז אָבער אַלץ געװען אַנדערש. זײַן „דיכטונג־לוסט‟ האָט אים געפֿירט קײן ניו־הײװען, װוּ ער האָט בדעה געהאַט צו שטודירן די ענגלישע פּאָעזיע אין יעל־אוניװערסיטעט, אָבער צוליב זײַן שפֿלדיקן עקאָנאָמישן מצבֿ, איז פֿון דעם גאָר ניט אַרױס. ער האָט געליפֿערט צײַטונגען און אין דער פֿרײַער צײַט געלײענט ענגלישע דיכטער אין דער אוניװערסיטעט־ביבליאָטעק. ער האָט זיך אױסגעלערנט ענגליש אױף אַזױ גוט, אַז ער האָט געשריבן לידער און זײ געדרוקט אין אַן אַמעריקאַנער אַנאַרכיסטישער צײַטונג.

מאַרמאָר צעטײלט באָװשאָװערס דיכטערישן װעג אויף צװײ פּעריאָדן. לכתּחילה איז זײַן שאַפֿונג געווען אין דער שיטה פֿון דער ראַדיקאַלער פּראָלעטאַרישער דיכטונג פֿון עדעלשטאַט, װינטשעװסקי און ראָזענפֿעלד; אָבער שפּעטער, אַרום 1895, קומט פֿאָר אַ קער: „ער פֿאַרבײַט זײ אױף עמערסאָנען, װיטמאַנען און מאַרקהאַמען.‟ אונטער דער השפּעה פֿון אָט די אַמעריקאַנער שרײַבער, זאָגט מאַרמאָר װײַטער, „שרײַבט באָװשאָװער זײַן פֿילאָסאָפֿישע פּאָעזיע װעגן נאַטור און װעלט־אַל, װעגן מענטשהײט. […] די דרײַ אַמעריקאַנער דיכטער באַטראַכט באָװשאָװער כּמעט אָן קריטיק, און בנוגע די ערשטע צװײ אידענטיפֿיצירט ער זיך אױך מיט זײערע פֿילאָסאָפֿישע און פּאָליטישע אידעען.‟ דערבײַ װײַזט באָװשאָװער אַרױס ניט קײן אינטערעס צו דער מיטצײַטלערישער ייִדישער ליטעראַטור אין דער אַלטער אָדער אין דער נײַער הײם. מאַרמאָר פֿאַרסך־הכּלט: „ער לעבט נאָר אין דער װעלט פֿון חלומות‟.

באָװשאָװערס פֿאַרבינדונגען מיט דער װירקלעכקײט זײַנען מיט דער צײַט געװאָרן אַלץ שװאַכער און שוואַכער. ער האָט געחלומט װעגן לעבן אַלײן אין װאַלד, און אָפֿט איז געװען הײמלאָז. ער פֿאַרלירט די כּוחות, און זײַן שטימונג ווערט אַלץ מעלאַנכאָלישער, װאָס שפּיגלט זיך אָפּ אין זײַנע לידער: „אַ שטיקעלע שטױב אין גרױסן, ברײטן װעלט־רױם, / דאָך שטאָלצער פֿון אַ גאָט דורך זעלבסטבאַװוּסטזײַן, / האָב איך, אַ טרױמער, געװאַנדלט דורך דעם לעבן.‟

װי אַ דיכטער און אַ דענקער, האָט באָװשאָװער מקדים געװען זײַן צײַט און איז געפֿאַלן אַ קרבן פֿון די שװערע אומשטאַנדן. עמאָציאָנעל און אינטעלעקטועל איז ער געװען אָפֿן פֿאַר נײַע השפּעות, אָבער ניט געהאַט גענוג כּוח אױסצוהאַלטן זײַן אײגענעם מענטאַלן גלײַכגעװיכט. די יונגע ייִדישע קולטור אין אַמעריקע האָט נאָך ניט געהאַט קײן אָרט פֿאַר אַזאַ מין דיכטער. די אימיגראַנטישע סבֿיבֿה איז נאָך געװען צו שװאַך און ניט אײַנגעבירגערט אין דער נײַער הײם.