דער באַזוך פֿונעם פּויפּסט פֿראַנציס אין אַמעריקע און דער 50סטער יוביליי פֿון „נאָסטראַ אייטאַטע‟ — די היסטאָרישע דעקלאַראַציע פֿון דער קאַטוילישער קירך אין שײַכות צו ייִדן — שאַפֿן פֿאַר אונדז אַ געלעגנהייט צו באַוווּנדערן די ריזיקע אַנטוויקלונגען אין אונדזערע באַציִונגען מיט דער קירך במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע 50 יאָר.
ס׳איז אָבער אַ חידוש, וואָס כאָטש די קירך האָט זיך אונטערגענומען אַ טיפֿן חשבון־הנפֿש וואָס שייך אירע באַציִונגען מיט דער ייִדישער אמונה און דעם ייִדישן פֿאָלק, האָבן מיר, ייִדן, ווייניק רעאַגירט אויף דעם.
ווען דער פּויפּסט דזשאָן דער 23סטער האָט צונויפֿגערופֿן דעם צווייטן וואַטיקאַן־ראַט אין יאָר 1965, איז עס נישט בלויז געווען אַ מיטל צו פֿאַרהײַנטיקן דער קירכס באַציִונגען מיט דער וועלט, אָבער אויך אַן אופֿן צו קומען פּנים־אל־פּנים מיט דער קאַטוילישער לערע, וואָס דערנידעריקט דאָס ייִדישע פֿאָלק, און איז במילא, כאָטש צום טייל, שולדיק אין די שרעקלעכע רדיפֿות און, צום סוף, דער פֿאַרטיליקונג פֿונעם אייראָפּעיִשן ייִדנטום.
די „נאָסטראַ אייטאַטע‟ איז טאַקע געווען אַ רעוואָלוציע, ווײַל עס האָט אָפּגעוואָרפֿן דעם באַגריף, אַז אַנטיסעמיטיזם קאָן באַרעכטיקט ווערן דורך די קאַטוילישע פּרינציפּן, און האָט דערקלערט, אַז די ייִדן זענען הײַנט אויך „דאָס אויסגעוויילטע פֿאָלק‟.
דער פּויפּסט יאָהאָן פּאַולוס דער צווייטער האָט באַטאָנט די לערע בעת זײַן באַזוך אין דער הויפּטשיל אין רוים, אין 1986, ווען ער האָט איבערגעחזרט די גרונט־תּקנה פֿון „נאָסטראַ אייטאַטע‟, אַז די קאַטוילישע קירך שטעלט זיך אַנטקעגן דעם אַנטיסעמיטיזם, מאַכט נישט אויס פֿון וועמען אָדער פֿון וואַנען עס קומט.
אין סעפּטעמבער 1990 האָט דער קאַרדינאַל עדוואַרד קאַסידי, דער דעמאָלטדיקער פּרעזידענט פֿון דער „פּאָנטיפֿיקאַלער קאָמיסיע‟, בעת אַ באַזוך אין פּראָג, אין נאָמען פֿון דער קירך עפֿנטלעך געבעטן מחילה בײַ די ייִדן פֿאַר אירע פֿאַרגאַנגענע זינד קעגן די ייִדן און דער ייִדישער אמונה. „דער פֿאַקט, אַז אַנטי־יודאַיִזם האָט געפֿונען אַן אָרט אין דער קריסטלעכער טעאָלאָגיע פֿאָדערט אַן אמתדיקע תּשובֿה פֿון אונדזער זײַט,‟ האָט ער באַמערקט, ניצנדיק טאַקע דאָס לשון־קודשדיקע וואָרט „תּשובֿה‟.
דערצו, ווען דער איצטיקער פּויפּסט פֿראַנציס האָט ווי אַ קאַרדינאַל, אָנגעשריבן אַ בוך בשותּפֿות מיט אַ רבֿ, האָבן זיי דאָרט געשריבן, אַז „יעדער ייִד וואָס איז דערהרגעט געוואָרן אינעם חורבן, איז געווען אַ פּאַטש אין פּנים גאָט אַליין, אינעם נאָמען פֿון די געצן.‟ הײַנט ווי דער פּויפּסט האָט ער נישט איין מאָל דערקלערט, אַז אַ גוטער קאַטאָליק קען נישט זײַן קיין אַנטיסעמיט, און בעת אַ באַזוך אין מדינת-ישׂראל האָט ער באַטאָנט, אַז ישׂראל איז דווקא די מדינה פֿונעם ייִדישן פֿאָלק.
פֿון די ייִדן הערט מען אָבער גאָרנישט. ישׂראל האָט קיין מאָל נישט געבראַכט דעם היסטאָרישן אָפּמאַך מיט דער קאַטוילישער קירך פֿאַר אַן אָפּשטימונג אין דער כּנסת; זי האָט נישט געבעטן קיין הילף בײַ דער קאַטוילישער קירך צו באַקעמפֿן אַנטיסעמיטישע עלעמענטן אין די פּראַוואָסלאַוונע קירכן, אַזוי ווי עס שטייט אינעם „נאָסטראַ אייטאַטע‟; און אַנדערע קלענערע אָפּמאַכן, וואָס זענען אונטערגעשריבן געוואָרן ווי אַ רעזולטאַט פֿון „נאָסטראַ אייטאַטע‟ — ווי, למשל, וועגן געוויסע פֿינאַנציעלע ענינים און דעם אומקער פֿון אייגנטום פֿון דער קירך, זענען נאָך אַלץ נישט באַשלאָסן געוואָרן.
די קאַטאָליקן האָבן ראַדיקאַל געביטן זייער טעאָלאָגישן צוגאַנג צו די ייִדן, און דערפֿאַר דאַרפֿן די ייִדישע פֿאַרמיטלער איצט טאָן זייער חלק, אויב מיר ווילן, אַז דער דיאַלאָג צווישן די צוויי רעליגיעס זאָל ווײַטער אָנגיין אויף אַן עפֿעקטיוון אופֿן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.