ניו־יאָרק. — לויט אַ נײַער אַנקעטע, איז לעצטנס געפֿאַלן די צאָל סטודענטן אין די קלאַסן פֿון ייִדישע שטודיעס, און די מענטשן, וואָס האָבן שוין באַקומען אַ דאָקטאָראַט אויף דעם געביט, האָבן ממשותדיקע שוועריקייטן צו געפֿינען אַ פּאָזיציע מיט חזקה.
מער ווי אַ העלפֿט פֿון די, וואָס האָבן באַקומען אַ דאָקטאָראַט זינט 2010 זוכן איצט אַ שטעלע אין אַ צווייטן פֿאַך, גיט איבער די אַנקעטע, וואָס איז דורכגעפֿירט געוואָרן דורך דער אינטערנעץ מיט דער באַטייליקונג פֿון בערך 2,800 פּראָפֿעסאָרן, גראַדויִר־סטודענטן, אַקאַדעמיקער און לערער פֿון ייִדישע שטודיעס איבער דער וועלט.
60% פֿון די מיטגלידער פֿון דער „אַסאָציאַציִע פֿון ייִדישע שטודיעס‟ האָבן זיך באַטייליקט אין דער אַנקעטע, וואָס איז דורכגעפֿירט געוואָרן דורך דעם סאָציאָלאָג סטיווען כּהן פֿונעם „היברו יוניאָן קאָלעדזש — ייִדישער אינסטיטוט פֿון רעליגיע‟, און געשטיצט געוואָרן פֿון דער „אַמעריקאַנער אַקאַדעמיע פֿון ייִדישער פֿאָרשונג‟.
לויט דער אַנקעטע, האָבן כּמעט 80% פֿון די וואָס האָבן באַקומען אַ דאָקטאָראַט פֿאַרן יאָר 1980, געפֿונען במשך פֿון בלויז איין יאָר אַ פֿול־צײַטיקע פּאָזיציע מיט חזקה, אין פֿאַרגלײַך מיט בלויז אַ העלפֿט פֿון די, וואָס האָבן געענדיקט דעם דאָקטאָראַט צווישן 1995 און 2009, און בערך אַ דריטל פֿון די וואָס האָבן עס געענדיקט זינט 2010.
הגם דאָס אַרבעטן אין דער אַקאַדעמישער ספֿערע בלײַבט נאָך אַלץ די פּרעפֿערענץ פֿון די גראַדואַנטן (86%), זענען 55% גרייט צו אַרבעטן אין פֿאָרש־אינסטיטוציעס; 36% ווי אַדמיניסטראַטאָרן אין אַן אוניווערסיטעט; 36% אין נישט־פּראָפֿיט אינסטיטוציעס; 32% אין מוזייען, און 31% אין צדקה־אָרגאַניזאַציעס.
30% פֿון די באַטייליקטע האָבן געזאָגט, אַז זיי האָבן איצט ווייניקער סטודענטן אין זייערע קלאַסן, און 21% האָבן אַ ביסל מער. די אַנקעטע איז דורכגעפֿירט געוואָרן אין 2014.
פֿרויען באַטרעפֿן 48% פֿונעם שטח פֿון ייִדישע שטודיעס, אָבער זיי פֿאַרדינען, בדרך־כּלל, ווייניקער ווי מענער — סײַ בײַ זייערע שטעלעס אין אוניווערסיטעט, סײַ בײַ זײַטיקע שטעלעס.
די פּאָפּולערסטע קורסן הײַנט אינעם פֿעלד פֿון ייִדישע שטודיעס זענען מאָדערנע ייִדישע געשיכטע, תּנ״ך, חורבן־שטודיעס, פֿאַרצײַטיקע ייִדישע געשיכטע, ייִדישע פֿילאָסאָפֿיע און טעאָלאָגיע, און ליטעראַטור אָנגעשריבן פֿון ייִדן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.