מע דאַרף נישט זײַן קיין פּאַראַנוייִקער צו דערפֿילן אַ נײַעם שטראָם אַנטיסעמיטיזם אין דער הײַנטיקער אַמעריקאַנער פּאָליטיק.
אַזוי דאַכט זיך אונדז, ווען מיר הערן ווי די קאָנסערוואַטיווע מעדיאַ־פּערזענלעכקייט אַן קאָלטער צעשיקט אַ בריוול אויף „טוויטער‟ וועגן דעם, אַז די רעפּובליקאַנער פֿאַרנעמען זיך צו פֿיל מיט די “f–king Jews”; אָדער ווען די „ניו־יאָרק טײַמס‟ דרוקט אָפּ די נעמען פֿון קאָנגרעס־לײַט, מיטן וואָרט „ייִד‟ אין געלע אותיות; אָדער ווען פּרעזידענט אָבאַמאַ און זײַנע אַליִיִרטע רעדן פֿרײַ וועגן גרויסע געלטער און אויסלענדישע השפּעות אין שײַכות מיט דער אַמעריקאַנער שטעלונג צום מיטעלן מיזרח.
די נײַע טענדענץ באַווירקט נישט בלויז די ייִדישע קהילה, אָבער אויך די אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט בכלל. דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער האָבן די גרעסטע ייִדישע שתּדלנות־אָרגאַניזאַציעס אָנגעהויבן אַן אינטענסיוון קאַמף קעגן דער אָבאַמאַ־אַדמיניסטראַציע, און במילא זענען זיי אַליין פֿאַרמישט געוואָרן אין די ביטערע מחלוקתן צווישן דעם „ווײַסן הויז‟ און דעם קאָנגרעס, צווישן די רעפּובליקאַנער און די דעמאָקראַטן. שטעלט זיך די פֿראַגע: ווי אַזוי קענען קאָמענטאַטאָרן אַנאַליזירן דעם מצבֿ, ווען די געוויינטלעכע פּאָליטישע פֿראַגעס קלינגען פּלוצלינג אַנטיסעמיטיש: וועגן וויפֿל געלט רעדט זיך דאָ? וועלכע פֿאַקטאָרן האָבן משפּיע געווען אויף די באַשלוסן פֿון די קאָנגרעס־לײַט? וואָסערע ראָלע שפּילן אַנדערע לענדער אין דעם געראַנגל? אאַז״וו.
דער קאָנפֿליקט איז נישט בלויז צווישן די ייִדן און די אַמעריקאַנער פֿירער און קאָמענטאַטאָרן, נאָר אויך צווישן ייִד און ייִד. כּמעט אַלע הויפּטקוואַלן פֿון נײַעס, אַרײַנגערעכנט די „ניו־יאָרק טײַמס‟, „וואַשינגטאָן פּאָסט‟ און „וואָל־סטריט דזשורנאַל‟, האָבן שוין געשריבן וועגן דעם אינעווייניקסטן געראַנגל צווישן דער אַמעריקאַנער ייִדישער פֿירערשאַפֿט, וואָס איז רעפּובליקאַנער־געשטימט, און די אַמעריקאַנער ייִדישע וויילער, וואָס זענען, צום גרעסטן טייל, ליבעראַלע דעמאָקראַטן.
דאָס איז נישט דאָס ערשטע מאָל, וואָס די ייִדישע עסטאַבלישמענט האָט אַ קאָנפֿליקט מיטן „ווײַסן הויז‟. ס׳איז אויך געשען אין 1991, ווען דער ערשטער פּרעזידענט בוש האָט צוגעזאָגט צו העלפֿן די סאָוועטישע ייִדן, אָבער בלויז, אויב ישׂראל וועט נישט בויען קיין נײַע ייִשובֿים אויפֿן מערבֿ־ברעג; אין 1981, ווען פּרעזידענט רייגען האָט באַשלאָסן צו פֿאַרקויפֿן שפּיאָן־עראָפּלאַנען צו סאַודיע, און אין 1974, ווען פּרעזידענט ניקסאָן האָט געפּרוּווט אָפּשטעלן דעם „דזשעקסאָן־וואַניק אָפּמאַך‟, וואָס האָט געוואָרנט די סאָוועטן, אַז אַמעריקע וועט נישט האַנדלען מיט איר, סײַדן זי דערלויבט די סאָוועטישע ייִדן צו עמיגרירן. אין יענע פֿאַלן האָבן די ייִדן אָבער נישט מורא געהאַט וועגן דער צוקונפֿט פֿון די באַציִונגען צווישן אַמעריקע און ישׂראל; איצט איז דאָס אַ ריכטיקע זאָרג.
איין אונטערשייד צווישן דעם איצטיקן קריזיס און די פֿריִערדיקע איז די וואַקסנדיקע עשירות און זיכערקייט פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן. די ייִדן האָבן הײַנט נישט מורא צו דריקן אויף די אַמעריקאַנער פֿירער, און ווײַזן אַרויס זייער כּוח אויף אַ דרייסטן — און נישט פֿאָרזיכטיקן — אופֿן. ווי אַ רעזולטאַט, זענען אונדזערע קעגנער אויך געוואָרן דרייסטער און נישט פֿאָרזיכטיק וועגן זייערע קאָמענטאַרן.
צווייטנס, האָבן די פֿריִערדיקע ענינים געהאַט אַ דירעקטן שײַכות צו ישׂראל, אָבער נישט באַדראָט די אַמעריקאַנער אינטערעסן. איצט, אַז עס רעדט זיך וועגן איראַן, פֿאַרטיידיקן ביידע רעגירונגען זייער אייגענע נאַציאָנאַלע זיכערהייט — דערפֿאַר איז דער וויכּוח געוואָרן אַ סך מער צעהיצט.
פּרעמיער נתניהוס בולטע פּרעפֿערענץ פֿאַר די רעפּובליקאַנער און חשד פֿון די דעמאָקראַטן איז אויך אַ פּראָבלעם. ביז איצט האָט יעדער ישׂראלדיקער פּרעמיער געטאָן אַלץ מעגלעך אָנצוהאַלטן די באַציִונגען צווישן די פֿאַראייניקטע שטאַטן און ישׂראל. נתניהו זעט אָבער נישט קיין שׂכל אינעם פּרוּוון צופֿרידנשטעלן די אָבאַמאַ־אַדמיניסטראַציע.
צוליב נתניהוס באַשלוס זיך אַרײַנצולאָזן אינעם זומפּ פֿון מחלוקתן צווישן די דעמאָקראַטן און רעפּובליקאַנער, וועט די אַמעריקאַנער ייִדישע פֿירערשאַפֿט אָנהייבן באַצייכנט ווערן ווי אַ טייל פֿון יענעם זומפּ, און וועט דערפֿאַר אויך אַרויסגעשטעלט ווערן צו די זעלבע באַליידיקונגען און מיאוסע קונצן, וואָס די פּאַרטייען ניצן צווישן זיך.
ווי אַ פּועל־יוצא וועלן די אַמעריקאַנער ייִדישע וויילער, וואָס ס׳רובֿ פֿון זיי שטיצן יאָ פּרעזידענט אָבאַמאַ, פֿאַרדאַמט ווערן פֿאַר די שטעלונגען, וואָס זיי שטיצן בכלל נישט. דערצו וועט די אַמעריקאַנער ייִדישע געזעלשאַפֿט פֿאַרלירן די רעפּוטאַציע ווי אַ מאָראַלישער כּוח, וואָס זי האָט געפּרוּווט אַזוי שטאַרק אויפֿהאַלטן במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע 100 יאָר.
איז בכלל נישטאָ קיין וועג אַרויסצוקריכן פֿון אַזאַ פּעסימיסטישן פּראָגנאָז? אפֿשר יאָ. אָבער דערווײַל שאַט נישט צו זײַן אַ ביסל פּאַראַנוייִש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.