ייִדיש איבער דער וועלט

Yiddish Around the World

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published September 25, 2015, issue of October 16, 2015.

„קול־מבֿשׂר‟ און „דער פֿרײַנד‟ — „אָנלײַן‟

דער קאָלאַסאַלער „היסטאָרישער ייִדישער פּרעסע־פּראָיעקט‟ בײַ דער נאַציאָנאַלער ביבליאָטעק פֿון מדינת־ישׂראל טראָגט מיט זיך דעם ציל צו דיגיטאַליזירן און אַרויפֿשטעלן אַזוי פֿיל נומערן ווי מעגלעך פֿון די וויכטיקסטע ייִדישע צײַטונגען, וואָס מע האָט געדרוקט אין אַלע עקן וועלט. אויפֿן פּראָיעקטס וועבזײַטל קען מען שוין לייענען מער ווי 1.2 מיליאָן זײַטן פֿון 127,363 באַזונדערע נומערן פֿון 54 פֿאַרשידענע צײַטונגען, דערשינען במשך פֿון די יאָרן 1843־2011. צווישן די עקזעמפּלאַרן, וואָס מע קען שוין לייענען „אָנלײַן‟ געפֿינט מען צײַטונגען אויף ענגליש, פֿראַנצייזיש, העברעיִש, אונגעריש, דזשודעזמאָ, יודעאָ־אַראַביש, רוסיש און, פֿאַרשטייט זיך, ייִדיש.

צו די ייִדיש־שפּראַכלעכע צײַטונגען האָט מען לעצטנס צוגעגעבן צוויי גאָר וויכטיקע טיטלען — „דער פֿרײַנד‟ (1903־1913) און „קול־מבֿשׂר‟ (1862־1873). „דער פֿרײַנד‟, אַרויסגעגעבן אין סאַנקט־פּעטערסבורג, איז געווען די ערשטע טאָג־צײַטונג אין דער ייִדישער שפּראַך אין דער צאַרישער אימפּעריע און האָט זיך קונה־שם געווען מיט אירע ליטעראַרישע דערגרייכונגען, דרוקנדיק נײַע ווערק פֿון אַזעלכע שרײַבער ווי מענדעלע מוכר־ספֿרים, חיים־נחמן ביאַליק, שלום־עליכם, י. ל. פּרץ, און יעקבֿ דינעזאָן. מע קען שוין לייענען מער ווי 2,731 נומערן פֿון דער צײַטונג אויפֿן פּראָיעקטס וועבזײַטל.

„קול־מבֿשׂר‟ איז געווען די ערשטע מאָדערנע צײַטונג אויף ייִדיש און האָט געלייגט דעם פֿונדאַמענט פֿאַר אַלע שפּעטערדיקע פּרוּוון צו שאַפֿן זשורנאַליזם אויף ייִדיש. זי איז אויך געווען די ערשטע וויכטיקע פּובליקאַציע, וואָס האָט אַרויסגעגעבן מאָדערנע ייִדישע ליטעראַטור. צווישן די וויכטיקע ווערק, וואָס זענען צום ערשט דערשינען אין „קול־מבֿשׂר‟ זענען מענדעלע מוכר־ספֿרימס „דאָס קליינע מענטשעלע‟, יצחק־יואל לינעצקיס „דאָס פּוילישע ייִנגל‟ און לידער פֿון אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען און יהודה־לייב גאָרדאָן. מער ווי 360 נומערן פֿון „קול־מבֿשׂר‟ זענען שוין אויפֿן וועבזײַטל פֿונעם „ייִדישן היסטאָרישן פּרעסע־פּראָיעקט‟.

נאָך די צוויי נײַ־אַרויפֿגעשטעלטע צײַטונגען קען מען אויך לייענען די פֿאָלגנדיקע 7 צײַטונגען: „דער מאָמענט‟ (וואַרשע, 1910־1939), „די וואַרהײַט‟ (ניו־יאָרק, 1905־1919), „הײַנט‟ (1908־1939), „לעבנס־פֿראַגן‟ (תּל־אָבֿיבֿ, 1951־2014), „ליטעראַרישע בלעטער‟ (וואַרשע, 1924־1939), „דער מאָרגן־זשורנאַל‟ (ניו־יאָרק, 1901־1971) און „אונדזער עקספּרעס‟ (וואַרשע, 1926־1939).

די אַלע צײַטונגען קען מען לייענען אָט דאָ: //web.nli.org.il/sites/JPress/English/Pages/default.aspx


פּראָגראַם לזכר ד׳׳ר שיקל פֿישמאַן אין בראָנקס

זונטיק, דעם 11טן אָקטאָבער, וועט דער „קולטור־צענטער א׳׳נ פֿון שלום־עליכם‟ פֿאָרשטעלן אַ פּראָגראַם לזכר דעם באַרימטן סאָציאָלינגוויסט און ייִדישיסט ד׳׳ר שיקל פֿישמאַן ז׳׳ל. ד׳׳ר רחמיאל פּעלץ און ד׳׳ר דוד פֿישמאַן וועלן אויפֿטרעטן מיט רעדעס וועגן ד׳׳ר פֿישמאַנס לעבן און שאַפֿן. אינעם קינסטלערישן טייל פֿון פּראָגראַם וועט יהודית בראָ אויפֿטרעטן מיט אַ קראַנץ לידער. סטיוו סטערנער וועט זי באַגלייטן אויף דער פּיאַנע.

די פּראָגראַם הייבט זיך אָן 1:30 נאָכמיטאָג.


„אויף ייִדיש האָט עס אַן אַנדערן טעם‟ — קאָמעדיע אָוונט אין „קדימה‟

זונטיק, דעם 11טן אָקטאָבער, וועט „דער ייִדישער קולטור־צענטער און נאַציאָנאַלע ביבליאָטעק — קדימה‟ אין סעלווין, אויסטראַליע (לעבן מעלבורן) פֿאָרשטעלן אַן אָוונט פֿון קאָמעדיע אויף ייִדיש מיטן באַקאַנטן אויסטראַלישן קאָמיקער אָסטען טײַשוס. עס וועלן אויך אָנטייל נעמען דער קאָמיקער דזשאָש גלאַנץ און די ייִדישיסטן טאָמי קאַלינסקי, הינדע בורשטיין, יאָסל טיגעל, דודי רינגעלבלום און לעאָן געטלער. סאַבינאַ ברעקאַ־בערמאַן און יאַנאַ גאָטמייקער וועלן אָנפֿירן מיטן אָוונט.

די פּראָגראַם הייבט זיך אָן 7 אַ זייגער אין אָוונט. בילעטן ($30 דאָלאַר) קען מען באַשטעלן דורך: //tinyurl.com/pszlvdy.


„די גאָלדענע כּלה‟

די „פֿאָלקסבינע‟ וועט פֿאָרשטעלן די אָפּערעטע „די גאָלדענע כּלה‟ בײַם „מוזיי פֿון דער ייִדישער ירושה‟ פֿונעם 2טן ביזן 3טן יאַנואַר. ניט געקוקט אויף דעם, וואָס די פּיעסע, מיט מוזיק פֿון יוסף רומשינסקי, איז געווען אַ ריזיקער שלאַגער, ווען מע האָט זי לכתּחילה פֿאָרגעשטעלט אין 1923, וועט די אויפֿפֿירונג פֿון דער פֿאָלקסבינע זײַן די ערשטע נאָך מער ווי 70 יאָר. אַן אָרקעסטער פֿון 14 מוזיקער וועט באַגלייטן דעם אַנסאַמבל פֿון העכער 20 שפּילער.

די פֿאָרשטעלונגען וועלן פֿאָרקומען יעדן מיטוואָך און דאָנערשטיק, 2 אַ זייגער נאָכמיטאָג און 7:30 אין אָוונט; יעדן שבת, 7:30 אין אָוונט און יעדן זונטיק, 2 אַ זייגער נאָכמיטאָג און 6 אַ זייגער אין אָוונט. בילעטן ($30 דאָלאַר פֿאַר מיטגלידער פֿונעם מוזיי אָדער טעאַטער, $40 דאָלאַר פֿאַרן ברייטערן עולם) קען מען באַשטעלן אויפֿן טעלעפֿאָן 4111—811—866—1 אָדער דורכן באַזוכן https://web.ovationtix.com/trs/pr/951019.


צו חלומען אויף ייִדיש: קאָנצערט לזכר חנה קופּער ז׳׳ל

דער זינגער דזשאַש דאָלגין
דער זינגער דזשאַש דאָלגין

דער פֿערטער יערלעכער קאָנצערט לזכר חנה קופּער וועט הײַיאָר פֿאָרקומען אינעם „מוזיי פֿון דער ייִדישער ירושה‟ אין מאַנהעטן ווי אַ טייל פֿונעם נײַעם פֿעסטיוואַל „ייִדיש ניו־יאָרק‟. אין דער פּראָגראַם וועלן די מוזיקער פֿראַנק לאָנדאָן, מײַקל ווינאָגראַד, דזשאַש דאָלגין (DJ Socalled) און שׂרה־מינע גאָרדאָן, פֿאָרשטעלן אַ ריי לידער פֿון קופּערס אַלבאָם „אין ליבשאַפֿט און געראַנגל: די מוזיקאַלישע ירושה פֿונעם ייִדישן אַרבעטער־בונד‟. בעתן קאָנצערט וועט מען צוטיילן דזשאַש דאָלגין די הײַיאָריקע אויסצייכענונג פֿונעם „פֿאָנד א׳׳נ פֿון חנה קופּער צו חלומען אויף ייִדיש‟.

די פּראָגראַם, וואָס ווערט ספּאָנסירט דורכן „ייִוואָ‟, „ייִדיש ניו־יאָרק‟, GOH Productions, און דער „פֿאָלקסבינע‟, וועט פֿאָרקומען שבת, דעם 26סטן דעצעמבער, 8 אַ זייגער אין אָוונט. בילעטן ($18 דאָלאַר פֿאַר סטודענטן, $36 פֿאַרן ברייטערן עולם) קען מען באַשטעלן דאָ //dreaminginyiddish2015.brownpapertickets.com/


אויסשטעלונג וועגן דעם ניו־יאָרקער ייִדישן טעאַטער

די געשיכטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער אין ניו־יאָרק וועט אָפּגעשפּיגלט ווערן אין אַן אויסשטעלונג בײַם „מוזיי פֿון דער שטאָט ניו־יאָרק‟. די אויסשטעלונג וועט איבערגעבן די געשיכטע פֿונעם אַמאָליקן ייִדישן „בראָדוויי‟ אויף דער צווייטער עוועניו דורך פֿאַרשידענע חפֿצים, רעקאָרדירונגען און בילדער. דער מוזיי האָפֿט, אַז די אויסשטעלונג וועט אונטערשטרײַכן די השפּעות, וואָס דער אַמאָליקער ייִדישער טעאַטער האָט געהאַט אויף דער ברייטערער אַמעריקאַנער קולטור.

די אויסשטעלונג וועט זיך עפֿענען דעם 9טן מאַרץ, 2016.