ער האָט געדאַרפֿט װערן אַ רבֿ אַ צדיק, אָבער דאָס לעבן האָט אים אױסגעקליבן אַן אַנדערן פֿאַך — אַ בופֿעטשיק. שטאַמען האָט ער געשטאַמט פֿון ראַשקעװ און אױפֿגעװאַקסן איז ער אין אַ פֿרומער משפּחה, ניט װײַט פֿון יחיאל שרײַבמאַנס הױז. דער אמת איז, אַז ער האָט געטרױמט צו װערן אַ חזן, אָבער פֿון קינדװײַז אָן האָט ער געהאַט אַ הײזעריק סקריפּענדיק קול און דערצו נאָך, נאָך דעם װי אַ בער האָט אים אַ פּאַטש געטאָן איבער די אױערן, האָט ער געזונגען אַזױ פֿאַלש, אַז איך האָב אַ חשד, אַז „קאַקאָפֿאָניע‟, װי אַ מוזיקאָלאָגישער באַגריף, איז אַרײַנגעבראַכט געװאָרן אין די ענציקלאָפּעדיעס נאָר אַ דאַנק אים, דעם װױלן מענטשן און אַ גוטן ייִד, ר’ װעלװעלע בופֿעטשיק.
דעם פֿאַמיליע־נאָמען כאַנציעס האָט די משפּחה באַקומען פֿון דער עלטער־עלטער־באָבע כאַנציע די קרעטשמערקע, און אַזױ װי אַלע מענער אין דער משפּחה פֿלעגן אָפּזיצן אַ לעבן בײַ אַ בלעטל גמרא, האָט עמעצער טאַקע געדאַרפֿט פֿאַרדינען אַ פּאָר „אַריות‟, כּדי אױסצוהאַלטן די מענערישע „װיסנשאַפֿט־אַקאַדעמיע‟… און אַזױ האָט עס זיך געצױגן פֿון דור צו דור — יעדע נײַע באָבע כאַנציע האָט אָנגעפֿירט מיט דער קרעטשמע, און יעדער נײַער זכרל האָט געמוזט זיצן און לערנען, כּדי עמעצער פֿון זײַנע זין זאָל, מירטשעם, װערן אַ צדיק און אױפֿשטעלן אַ הױף פֿון כאַנציעלעס חסידים.
מילא, די צײַט לױפֿט דאָך װי אַ װילדער זשרעבטשיק און אָט, אין צען דורות נאָך יענער עלטער־עלטער־באָבע כאַנציע איז בײַ ר’ מענדעלע כאַנציס געבױרן געװאָרן אַ זכרל װעלװל, אַ יאַטל מיט אַ דונער־קול, נאָר צו דערװעקן די מתים. און ר’ מענדלס מאַמע, די באָבע כאַנציע האָט גלײַך באַשלאָסן: שױן, דאָס איז אַ סימן פֿון הימל… װי האָט איר געזען, אַז אַ נײַ־געבױרן קינד זאָל רעװען װי אַ לײב? און אַ לײב איז טײַטש אַריה, און אַריה איז טײַטש יהודה, און יהודה איז טײַטש דוד המלך… שױן, קינדערלעך, מיר הײבן אָן — טאַקע אָט דאָס־אָ זכרל װעט װערן אַ גרױסער צדיק און װעט אױפֿשטעלן אַ הױף, אַ נײַע מלוכה. מיט אײן װאָרט, גענוג צו בעבען און הײַדאַ צו דער עבֿודה.
נו, נו… דאָס קינד, נעבעך, האָט שױן געדאַרפֿט לערנען פֿאַר דער גאַנצער „אַקאַמעדיע‟, און װען דאָס יאַטל פֿלעגט אױסחזנען „אָבֿינו מלכּנו‟, האָבן אַפֿילו די װילדע רױבפֿײגל אױסגעמיטן צו פֿליִען איבער ראַשקעװ, און די פֿיש אין נעסטער פֿלעגן זיך אײַנגראָבן װאָס טיפֿער אין שלאַם אַרײַן.
בײַ דרײַצן יאָר האָט ר’ מענדל, װעלװלס טאַטע, אים געבראַכט קײן קעשענעװ אין דער באַרימטער צירעלסאָנס ישיבֿה. דער רבי אַלײן האָט פֿאַרהערט דעם בחורל אַן עקשן, און באַשלאָסן, אַז קײן חזן קען ער ניט װערן, װײַל זײַן קול קען, חלילה, חרובֿ מאַכן די מױערן פֿון דער ק”ק קעשענעװ, אָבער אַ רבֿ און אַפֿילו אַ בעל־תּוקע — אַדרבא. קומט צו פֿאָרן נאָך די ימים־נראָים, ברענגט מיט זיך מיט אַזױ און אַזױ פֿיל אַריות און, זאָל זײַן אין אַ גוטער און אין אַ מזלדיקער שעה.
גאָט האָט געהאָלפֿן און עס איז געקומען די צײַט צו פֿאָרן קײן קעשענעװ און זיך נעמען צו דער עבֿודה. דער טאַטע האָט פֿאַרנײט אינעם אונטערשלאַק פֿון דער קאַפּאָטע אַ פּאָר שײנע גאָלדענע מטבעות, געדונגען אַ בעל־עגלה און הײַדאַ קײן קעשענעװ. פֿאָרן האָט מען געדאַרפֿט איבערן װאַלד און שױן ניט װײַט פֿון אוריִעװ (אָרהײ) האָבן זײ באַפֿאַלן קאָטאָווסקיס* הײַדאַמאַקעס און… נאָר גאָט צו דאַנקען, אַז מע האָט זײ, ממש על־פּי־נס, געלאָזט לעבן.
געשען איז דאָס אינעם װײַטן װײַטן יאָר תרע”ט (1918), און קורץ נאָך דעם איז בעסאַראַביע צוגעטשעפּעט געװאָרן צו גרױס־רומעניע, און פֿונעם סאָװעטישן ברעג נעסטער זײַנען אױפֿן רומענישן (דער טײַך נעסטער האָט צעטײלט ראַשקעװ אױף צװײ טײלן) זיך איבערגעצױגן די אמתע ראַשקעװער חסידים (ר’ זיאַמע ראַשקעװערס הױף), און מיט דעם האָט זיך פֿאַרענדיקט ר’ װעלװלס װעג צו דער „נײַער מלוכה‟. פֿונעם גרױסן פֿאַרדאָס איז די באָבע כאַנציע געװאָרן מסוכּן קראַנק און בײַם שײדן זיך מיט דער העלער װעלט האָט זי פֿאַרשאָלטן דעם גזלן קאָטאָװסקי „לעולם ועד‟. און אין גיכן טאַקע האָט דער „באַרימטער‟ ייִדישער גזלן, מאיר זײַדער, דערשאָסן דעם „רױטן באַנדיט‟ אױף טױט…
איך געדענק ניט װען און װי אַזױ האָבן מיר זיך באַקענט, נאָר מײַן ליבע פֿרױ פֿײגעלע איז געװען און געבליבן אַ חבֿרטע מיט ר’ װעלװלס טאָכטער מינע־כאַנציע. מילא, כ’האָב דערצײלט די־אָ פֿאָר־מעשׂה, נאָר כּדי צו זאָגן, אַז עס זײַנען געקומען צײַטן, װען אין בעלץ איז ניט געבליבן ניט קײן רבֿ, ניט קײן חזן און ניט קײן בעל־קורא, אַחוץ ר’ װעלװלען, און דװקא מיך האָט ער אױסגעקליבן צו זײַן דער עקזאַמענאַטאָר בעת זײַנע װאָכעדיקע צוגרײטונגען צו װערן אַ שליח־ציבור און דאַװנען בײַם עמוד ימים־נראָים. װאָס זאָל איך אײַך זאָגן?… פֿון שבת־נחמו אָן און ביזן ערבֿ־ראש־השנה האָבן מײַנע אײגענע שױן געהאַט אַ שײנע תּקופֿה פֿון אומגעריכטע „קאָנצערטן‟. מײַן טאָכטער װירע (הײַנט, לאָזינסקי), אַ מײדל מיט אַ באַזונדער אײדעלן געהער־חוש, פֿלעגט זיך קאַטשען פֿון געלעכטער און טענהן, אַז טשאַרלי טשאַפּלין מיט זײַנע שפּיצלען איז פּשוט אַ צוציק אין פֿאַרגלײַך מיט ר’ װעלװעלעס חזנישע קונסטשטיק.
פֿאַר מיר זשע איז דאָס געװען זײער אַ שײנע תּקופֿה (װײַל כ’פֿלעגט פֿאַרלײגן די אױערן מיט װאַטע), און איך מײן, אַז דװקא דעמאָלט, בײַם אױסהערן ר’ װעלװעלעס צוגרײטונגען צו די ימים־נראָים, האָב איך פֿאַרשטאַנען דעם אמתן זין פֿונעם ייִדישן װערטל, „צו זינגען און צו זאָגן‟.
די קלוגע ייִדן האָבן מיט יאָרן צוריק דערקלערט, אַז מיטן װערטל „ס’איז דאָ צו זינגען און צו זאָגן‟, האָט מען אין זינען אַן אַרבעט, װעלכע װעט גרינג ניט אָנקומען און מע דאַרף דערבײַ אַרײַנלײגן אַ סך מי און מאַטערניש.
אַװדאי, אַז דער חזן הײבט אָן זיך צוגרײטן צו דאַװנען פֿאַרן עמוד ימים־נראָים, דאַרף ער גוט „אָנשטעלן די כּלי‟, אױספּרוּװן דעם האַלדז און פֿאַרהערן זיך אין שטײגער. די תּפֿילות „הבן־יקיר‟, „כּבקרת‟ און אַ סך אַנדערע זינגט מען, און אַחוץ די תּפֿילות, װעלכע מע זינגט, זײַנען פֿאַראַן אָן אַ שיעור אַזעלכע, װעלכע אױף חזנות־לשון הײסן זײ, „זאָגעכץ‟, דהײַנו, תּפֿילות מיט אַ ספּעציפֿישן ייִדישן רעטשעטאַטיװ. אַזױ אַרום, „איז דאָ צו זינגען און צו זאָגן‟.
מע טאָר ניט פֿאַרגעסן װעגן אַ באַקאַנטן חסידישן מינהג אױף שׂימחת־תּורה, צו יעדער הקפֿה איז מען מכבד אַ גוטן ייִדן, װעלכער װעט פֿירן דעם עולם צו דער־אָ הקפֿה, און דערבײַ רופֿט מען אױף אױף אַ קול:
— דעם און דעם איז מען מכבד מיט דער הקפֿה — צו זינגען און צו זאָגן!
אַך, ר’ װעלװל, ר’ װעלװל… אָט זע איך שױן, װי דו זיצסט זיך דאָרטן אױפֿן זיבעטן הימל, אין גן־עדן, און די צדיקים שטײען אַרום דיר און דו, אַ װױלע נשמה, „שטעלסט אָן די כּלי‟, װײַל אין גיכן, מירטשעם, װעסטו האָבן אַ סך צו זינגען און צו זאָגן. און אַפֿילו דער גרױסער ר’ יאָסעלע דער חזן װעט פֿאַררוקן דעם טלית אױף די אױגן (אַז קײנער זאָל ניט זען זײַנע שׂימחת־טרערן) און װעט אַ שעפּטשע טאָן: װי זאָל איך זיך װאַגן צו דאַװנען בײַם עמוד ימים־נראָים, װען מיר האָבן דאָ צװישן אונדז אַזאַ גרױסע עקשנותדיקע חזנישע נשמה?… אַ קלײניקײט צו זאָגן, ר’ װעלװעלע בופֿעטשיק…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.