אַ געוועזענע באַאַמטע בײַ „מעדיקייד‟, די מלוכישע געזונט־פֿאַרזיכערונג־פּראָגראַם פֿאַר אָרעמע לײַט, האָט אָנגעקלאָגט אַ קאַונטי (ראַיאָן) אינעם שטאַט ניו־יאָרק, טענהנדיק אַז די אָרטיקע רעגירונג־אַדמיניסטראַציע האָט זי באַשטראָפֿט פֿאַר האָבן געזאָגט דער פֿעדעראַלער אויסשפּיר־אַגענוטור, „עף־בי־אײַ‟, וועגן אַ שווינדל אויף אַ סומע פֿון 40 מיליאָן דאָלאַר מצד די סאַטמאַרער חסידים, וועלכע האָבן זיך אומגעזעצלעך באַנוצט מיט „מעדיקייד‟.
אין איר געריכט־טענה קעגן אָראַנדזש־קאַונטי, וווּ עס געפֿינט זיך דאָס חסידישע שטעטל קרית־יואל, האָט ניקאָל לאַטריל געטענהט, אַז צווישן די תּושבֿים פֿונעם דערמאָנטן שטעטל איז דאָס שווינדלערײַ ברייט פֿאַרשפּרייט. קרית־יואל איז געגרינדעט געוואָרן אין די 1970ער יאָר ווי אַ חסידישער ייִשובֿ, וווּ עס וווינען כּמעט אויסשליסלעך בלויז די סאַטמאַרער.
די אָרטיקע רעגירונג האָט, פֿון איר צד, געטענהט, אַז מע האָט אָפּגעזאָגט די באַאַמטע, ווײַל זי האָט אַרויסגעזאָגט אומיושרדיקע דעות וועגן די חסידים, וואָס קאָנען שטערן דער אויספֿאָרשונגען פֿון די פֿאַרדעכטיקטע פֿאַרברעכנס. לאַטריל לייקנט אָפּ דעם דאָזיקן תּירוץ. איר אַדוואָקאַט, מיכאל סאָסמאַן, האָט דערקלערט, אַז זי האָט פּשוט באַמערקט געוויסע ראיות פֿון פֿאַרברעכערישע מעשׂים, און האָט עס איבערגעגעבן דער פּאָליציי. „אין דער אמתן, וואָלט זי געדאַרפֿט באַקומען דערפֿאַר אַ באַלוינונג, נישט קיין שטראָף,‟ האָט סאָסמאַן געזאָגט.
די אָרטיקע צײַטונג „טײַמס דזשעראָלד רעקאָרד‟, וואָס גייט אַרויס אין מידלטאַון, נישט ווײַט פֿון קרית־יואל, האָט איבערגעגעבן, אַז לאַטריל איז באַשטראָפֿט געוואָרן צוליב דעם, וואָס זי האָט זיך פֿאַרנומען מיט זײַטיקע ענינים, מחוץ די דירעקטע פֿליכטן פֿון איר אַרבעט, און ווײַל איר אויספֿאָרשונג האָט אַנטפּלעקט סימנים פֿון קאָרופּציע, מצד געוויסע סאַטמערער חסידים אַליִיִרט מיטן קאַונטי־עקזעקוטיוו פֿון אָראַנדזש־קאַונטי, סטיוו נויהאַוז.
דינסטיק, דעם 22סטן סעפּטעמבער, האָט דזשאָסטין ראָדריגעז, דער וואָרטזאָגער פֿון אָראַנדזש־קאַונטי, געזאָגט, אַז לאַטרילס געריכט־אָנקלאָג „האָט נישט קיין גרונט‟; אַז די אַדמיניסטראַציע בראָש מיט סטיוו נויהאַוז באַקעמפֿט קאָרופּציע אַ סך שטאַרקער, ווי זײַנע פֿאָרלויפֿער, און גיט איבער אַלע פֿאַרברעכן־חשדים צו דער פּראָקוראַטור.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.