מיר, די געטרײַע זומער־פּראָגראַמניקעס פֿון דער ייִדישער שפּראַך, ווייסן גוט, אַז די זומער־פּראָגראַמען קענען זײַן זייער שווער — דער עיקר, ווײַל זיי ווערן אָנגעפּאַקט מיט אַ סך זאַכן, געלערנט אין אַ צו קורצער און באַגרענעצטער צײַט. באַרימט ווי אַזאַ אינטענסיווע פּראָגראַם איז די ייִדישע זומער־פּראָגראַם א׳׳נ פֿון אוריאל ווײַנרײַך, וואָס לייגט פֿאָר די סטודענטן אַ פֿול־געפּאַקטן צײַטפּלאַן בלויז אויף זעקס וואָכן.
אַחוץ די שפּראַך־קלאַסן — גראַמאַטיק און ליטעראַטור, וואָס זענען באמת די פֿונדאַמענטאַלע קלאַסן, מיט אַ סך היימאַרבעט, זענען אויכעט דאָ סײַ אומבאַדינגטע לעקציעס, סײַ ברירהדיקע אונטערנעמונגען, אין וועלכע די סטודענטן ווערן שטאַרק דערמוטיקט זיך צו באַטייליקן. ס׳איז אָבער אויך כּדאַי צו דערמאָנען די שוועריקײטן פֿון דער שטאָט, מיט איר פֿײַכטער היץ און אומגלויבלעכן מהלך בפֿרט פֿאַר אַזאַ „גרינעם‟, ווי איך, אַ געבוירענער אין דעם קילן מחיהדיקן קלימאַט פֿון צפֿון־קאַליפֿאָרניע.
ווי עס זאָל נישט זײַן, נישט געקוקט אויף די אַלע דערמאָנטע חסרונותלעך, האָט מיר די זומער־פּראָגראַם דערמעגלעכט צו פֿאַרזוכן נישט בלויז דעם טעם פֿונעם ניו־יאָרקער „עפּל‟, נאָר קודם־כּל, זיך לאָזן שווימען איבערן ים פֿון ייִדישן וויסן.
דער טאָג איז פֿאַראַיאָרן געווען אַ כמאַרנער, אַ רעגנדיקער און, צוליב דער שטענדיקער ניו־יאָרקער היץ, אַ קלעפּעדיקער. אויסגעמוטשעט נאָך אַ לאַנגן טאָג פֿון האָרעווען אין ייִוואָ, האָב איך אַרויסגעקוקט אויף אַ שׂימחה בײַם „פֿאָרווערטס‟, לכּבֿוד אַ נײַעם בוך. אָבער דעם אמת געזאָגט, בין איך נישט געווען אַזוי באַגײַסטערט מיט דער בוך־שׂמחה, ווי מיטן באַזוכן די „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע אַליין צום ערשטן מאָל.
איידער איך בין אַוועקגעפֿאָרן פֿון ייִוואָ האָב איך זיך משער געווען, אַז דער וועג וועט נעמען אַ דרײַסיק מינוט מיט דער אונטערבאַן. פּרוּוונדיק אויסצומײַדן דעם רעגן, בין איך גיך געלאָפֿן צו דער באַן־סטאַנציע. דער וועג צו דער סטאַנציע „וואַל־סטריט‟, וווּ די רעדאַקציע געפֿינט זיך, האָט בײַ מיר געדויערט אַרום צוואַנציק מינוט, אָבער נאָכן בלאָנדזשען איבער די פֿאַרדרייטע שמאָלע ליקלעך אַ פֿערציק מינוט, האָב איך, סוף־כּל־סוף, אָפּגעזוכט דעם פּאַסיקן אַדרעס. אין גאַנצן אַ נאַסער, בין איך אַרײַנגעקומען אין דעם ביוראָ. די ערשטע באַקאַנטע פּערזאָן, וואָס כ‘האָב דערזען, איז געווען דער מעשענער ביוסט פֿון אַב. קאַהאַן. ס׳איז מיר אויסגעקומען, אַז עפּעס אַ שמייכל האָט זיך באַוויזן אויף זײַן קלוג ייִדיש פּנים.
במשך פֿון דער הײַיאָריקער אָריענטאַציע, זענען מיר געווויר געוואָרן, אַז מיר וועלן באַזוכן דעם בית־עולם, וווּ שלום־עליכם און אַ צענדליק אַנדערע ייִדישע שרײַבערס זענען באַגראָבן געוואָרן. אָבער די לערערס אונדזערע האָבן אונדז געוואָרנט, אַז די רײַזע קומט תּמיד פֿאָר אינעם הייסטן טאָג פֿון דעם ניו־יאָרקער זומער און, אַז מיר דאַרפֿן פֿון דעסטוועגן נישט פֿאַרגעסן מיטצוברענגען גענוג וואַסער. הערנדיק דאָס, האָב איך געבעטן רחמים בײַ גאָט, אַז דער טאָג זאָל נישט זײַן אַזוי הייס ווי געוויינטלעך.
זונטיק, אין מיטן דער זומער־פּראָגראַם, נאָך אַ זעלטענעם רויִקן שבת, האָבן מיר זיך געטראָפֿן אין דרויסן לעבן דעם ייִוואָ־בנין. עס האָט זיך מיר געדאַכט, אַז דער טאָג וועט בפֿירוש נישט זײַן אַזוי הייס, נאָר קיל און ווינטיק. אָבער ווען מיר זענען סוף־כּל־סוף אָנגעקומען אויפֿן בית־עולם, האָב איך חרטה געהאַט, הלמאי כ‘האָב נישט געבראַכט מיט זיך גענוג וואַסער.
שוויצנדיק, זענען מיר אַלע געגאַנגען צו יעדן קבֿר און אָפּגעגעבן די ייִדישע שרײַבערס כּבֿוד מיט געזאַנג און רעציטאַציעס פֿון זייערע ווערק. מיר האָבן אָבער נישט געקענט געפֿינען משה האַלפּערנס קבֿר. אַלע האָבן גענישטערט צווישן די מצבֿות. מיד בין איך געזעסן אין דעם שאָטן פֿון אַ גרויסן בוים. קוקנדיק אויף די סטודענטן און לערערס, וואָס האָבן זיך פֿאָרט באַמיט צו געפֿינען זײַן קבֿר, האָב איך פּלוצעם פֿאַרשטאַנען, וואָס עס הייסט צו זײַן אַ „ייִדישיסט“; ווײַל נישט געקוקט אויף דעם אומגלויבלעכן הייסן וועטער, זענען מיר, ייִדישיסטן, געפֿאָרן אויפֿן בית־עולם אָפּצוגעבן כּבֿוד די ייִדישע שרײַבערס. איך מיין, אַז צוליב אונדזער געטרײַשאַפֿט, וואָלטן זיי געווען שטאָלץ מיט אונדז, אַפֿילו משה האַלפּערן, וואָס מיר האָבן טאַקע זײַן קבֿר נישט געפֿונען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.