אַ פּרעמיערע אין ייִדישן טעאַטער אין וואַרשע — אַ דראַמאַטישע באַאַרבעטונג פֿון דער דערציילונג „דער טויט פֿון די שיינע סאַרנעס‟ פֿון אָטאַ פּאַוועל.
אָטאַ פּאַוועל האָט אין דער אמתן געהייסן אָטאַ פּאָפּער. זײַן טאַטע איז געווען א טשעכישער ייִד און די מאַמע — אַ טשעכין. די משפּחה האָט געפּראַוועט סײַ די ייִדישע, סײַ די קריסטלעכע יום-טובֿים. פּאָפּער איז געבוירן געוואָרן אין 1930. הייסט עס, אַז ער איז געווען נײַן יאָר אַלט, ווען די צווייטע וועלט־מלחמה האָט אויסגעבראָכן.
אינעם „טויט פֿון די שיינע סאַרנעס‟ גיט ער איבער מיט אַ שאַרפֿן טשעכישן הומאָר, געמישט מיט אַ טרויעריקן ייִדישן הומאָר, וועגן דער מלחמה און די לײדן פֿון זײַן טאַטן, וואָס איז פֿאַרשיקט געוואָרן אין די לאַגערן. דער מחבר באַשרײַבט עס פֿון אַ קינדערישן קוקווינקל. אַזוי דערציילט ער, למשל, אַז ווען די געסטאַפּאָווצעס זענען געקומען נאָך זײַן טאַטן, האָט ער געמיינט, אַז זיי זענען אַ דעלעגאַציע פֿון דער ייִדישער קהילה.
אָטאַ פּאַוועל איז געווען אַ באַקאַנטער טשעכישער ספּאָרט־זשורנאַליסט. בשעת די אָלימפּישע ווינטער-שפּילן אין אינסברוק, האָט ער אָנגעהויבן צו לײַדן פֿון משוגעת. זײַן ליטעראַרישע אַרבעט איז געווען אין אַ געוויסער מאָס אַ מין פּסיכישע טעראַפּיע. אין 1973, אין עלטער פֿון 43 יאָר, איז ער באַגאַנגען זעלבסטמאָרד און איז מקבר געווען לעבן זײַן טאַטן אויפֿן נײַעם ייִדישן בית-עולם אין פּראָג.
אָטאַ פּאַוועל, הייסט עס, פּונקט ווי פּאָל צעלאַן, פּרימאָ לוי און אַנדערע ייִדישע שרײַבער, וואָס זענען ניצול געבליבן, האָט געשריבן זײַנע ווערק ניט מיט קיין טינט, נאָר מיט בלוט.
אין דײַטשלאַנד זענען לעצטנס פֿאָרגעקומען דעבאַטעס פֿון די וואַזשנע „אונעסקאָ‟־שישקעס וועגן די ייִדישע בית-עולמס אין בערלין, וואַרשע, לאָדזש און בודאַפּעשט, צי זאָל מען זיי אַרויפֿשטעלן אויף דער ליסטע פֿון דער אַזוי גערופֿענער אוניווערסאַלער קולטורעלער ירושה. סע גייט אַ רייד וועגן אַזעלכע אָביעקטן אָדער געגנטן, וואָס שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ וויכטיקן טייל פֿון דער קולטורעלער וועלט־געשיכטע — למשל, די פּיראַמידע אין גיזע אָדער די קאַטעדראַל פֿון שאַרטער. וואָס מיינט עס, צו זײַן אויף דער דאָזיקער ליסטע? ראשית־כּל — כּבֿוד. ווער לעכצט נישט, פֿרעג איך אײַך, נאָך אַ ביסעלע כּבֿוד? טעאָרעטיש קען מען אַפֿילו באַקומען אַ ביסל פֿינאַנציעלע שטיצע אויף רעסטאַווראַציע, למשל.
אויף די לאָדזשער און וואַרשעווער בית-עולמס ליגן אין איינעם אַן ערך אַ האַלב מיליאָן מתים. אויפֿן ייִדישן בית-עולם אין וואַרשע אויף דער אָקאָפּאָווער גאַס, שטייט דער באַרימטער אוהל־פּרץ, וווּ עס ליגן אין איינעם אַנ-סקי, פּרץ און דינעזאָן; זאַמענהאָף, דער טאַטע פֿון עספּעראַנטאָ, און אסתּר־רחל קאַמינסקאַ, די מאַמע פֿון ייִדישן טעאַטער ליגן נישט ווײַט.
אַגבֿ, דער וואַרשעווער בית־עולם איז אַן אַקטיווער בית־עולם. ער דינט ביזן הײַנטיקן טאָג דער קליינער וואַרשעווער ייִדישער קהילה.
די קליינע פּוילישע שטאָט קוטנע גרייסט זיך מיט איר באַרימטן בן-עיר שלום אַש. די פּאָליאַקן ווייסן שוין נישט ווי זיי זאָלן אים רופֿן: „שאַלאָם‟, „שאָלעם‟ אָדער „שולעם‟. יעדער איינער האָט דאָ אַן אַנדערע טראַנסליטעראַציע. פֿאַרשטייט זיך, אַז אין פּוילישן ייִדיש איז ער „שולעם‟. אין ווילנע האָט מען אים גערופֿן — „שאָלעם‟, אָבער פֿאַר קיינעם דאָ אין פּוילן איז ער נישט געווען קיין „שאַלאָם‟.
דער פֿעסטיוואַל קומט פֿאָר אין דער צווייטער וואָך פֿון אָקטאָבער (פֿונעם אַכטן ביזן עלפֿטן), טאַקע אין קוטנע. די גרויסע ישׂראלדיקע פֿירמע „טבֿע‟ האָט אַ פֿאַבריק אין קוטנע, און זי איז צווישן די שטיצערס פֿונעם פֿעסטיוואַל.
אַ קאָמיטעט האָט שוין אויסגעוויילט די לאַורעאַטן פֿונעם יערלעכן שלום אַש־קאָנקורס פֿאַר יוגנט, געווידמעט דער ייִדישער קולטור אין פּוילן.
דאָס אור-אײניקל פֿון אַשן, דוד מאַזאָווער, נעמט אָנטייל אינעם פֿעסטיוואַל. מאַזאָווער, וואָס וווינט אין לאָנדאָן, איז אַ קענער פֿון ייִדישער קולטור בכלל און פֿון זײַן זיידנס שאַפֿן בפֿרט. אָן עסן גייט עס נישט — אַן אָוונט פֿון ייִדישע מאכלים ווי אויך אַן אָוונט פֿון ייִדישער מוזיק זענען אויך אין דער פּראָגראַם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.