די בראָנקס — איז די צוקונפֿט

The Bronx is the Future


פֿון לייזער בורקאָ

Published October 02, 2015, issue of October 30, 2015.

פֿון איציק גאָטעסמאַן, דער געוועזענער געהילף־רעדאַקטאָר פֿון „פֿאָרווערטס‟, וואָס איז אויפֿגעוואַקסן אויף ביינברידזש־עוועניו אין די בראָנקס, האָב איך אָפֿט געהערט זאָגן: „די בראָנקס וועט קיין מאָל ניט זײַן ‘היפּ’‟. די יונגע „היפּסטערס‟ און „יאָפּיס‟, וואָס האָבן זיך באַזעצט אין ברוקלין און מאַנהעטן און האָבן דערמיט געהעכערט די פּרײַזן, אַפֿילו אין די גאָר שלעכטע געגנטן, וווּ מ’איז ניט זיכער מיטן לעבן — זיי וועלן קיין מאָל ניט אַרײַנשטעלן אַ פֿוס אין די בראָנקס. ניט ווײַל ס׳איז געפֿערלעך, נאָר ווײַל ס׳איז פּשוט ניט אין דער מאָדע.

די מאָדע איז אָבער לײַכטזיניק און ניט־אויסגעהאַלטן: איצט איז זי דאָ, אָט באַלד איז זי ערגעץ אַנדערש. די הײַנטיקע „היפּסטערס‟ און די „יאָפּיס‟ זענען די בורזשואַזיע און „אָלרײַטניקעס‟ פֿון מאָרגן. ווער ווייסט, אפֿשר וועלן זיי באַשליסן, אַז די בראָנקס איז יאָ „היפּ‟?

צום טייל, פֿאַרשטיי איך איציקס פּערספּעקטיוו, ווײַל איך וווין שוין איבער אַ יאָר אין זײַן הויז אויף ביינברידזש־עוועניו. ס׳איז אַ שיינע גאַס מיט ציכטיקע הײַזער, וואָס געהערן צום דערבײַיִקן „מאָנטעפֿיאָרע‟־שפּיטאָל. אַריבער דער גאַס איז דער „שלום־עליכם‟־צענטער און אַ ביסל ווײַטער שטייט אַ שיל — צוויי בנינים, וואָס דערמאָנען די אַמאָליקע צײַטן, ווען ייִדן האָבן דאָרט געוווינט. אויב מע געפֿינט הײַנט ייִדן אין דער געגנט, איז עס צוליב צוויי סיבות: אָדער זיי וווינען אין איציקס הויז, אָדער זיי אַרבעטן אין שפּיטאָל ווי דאָקטוירים און קראַנקן־שוועסטער.

מיר געפֿעלט אונדזער געגנט. די שכנים זײַנען וואַרעמע, היימישע מענטשן. קיינער טשעפּעט אונדז ניט. לויט דער פּאָליציי־סטאַטיסטיק איז בײַ אונדז זיכערער ווי אין די טיילן פֿון מאַנהעטן און ברוקלין, וואָס זײַנען אַ סך טײַערער. מיר האָבן אַ נישקשהדיקן מעקסיקאַנער רעסטאָראַן, גוטע פּיצע, און אויך בענגאַלישע מאכלים. וואָס נאָך דאַרף אַ ייִד?

אָבער איך זע אײַן, אַז איציק איז גערעכט: נאָרוווּד וועט קיין מאָל ניט זײַן „היפּ‟, לכל־הפּחות ניט אין די קומענדיקע צען אָדער צוואַנציק יאָר. ערשטנס, איז עס אַזוי ווײַט פֿון מאַנהעטן, אַז מע דאַרף פֿאָרן מיטן סאָבוויי ביז דער סאַמע לעצטער סטאַנציע. פֿאַר טאָגס גייט מען אַרויס פֿון שטוב און ביז די באַן קומט אָן אין דרום־מאַנהעטן, איז שוין צײַט צו עסן מיטיק. מיר האָבן דאָרט ניט קיין קאַפֿע־הײַזער, קיין ביכער־קראָמען, קיין גוטע רעסטאָראַנען, קיין קונסט־גאַלעריעס, קיין שום זאַך, וואָס וואָלט פֿאַראינטערעסירט קולטיווירטע, אַמביציעזע יונגע מענטשן (און זיכער ניט קיין יונגע פֿרויען).

אָבער די בראָנקס איז גרויס — כּמעט צוויי מאָל אַזוי גרויס ווי מאַנהעטן — און ניט אַלץ ליגט אַזוי ווײַט הינטער די הרי־חושך ווי נאָרוווּד. דווקא אין די דרום־טיילן פֿון די בראָנקס, וווּ די פּראָבלעם מיט פֿאַרברעכערישקייט איז היפּש גרעסער ווי בײַ אונדז, באַזעצן זיך איצט „עקאָנאָמישע פּליטים‟ פֿון מאַנהעטן: מענטשן פֿון מיטלשטאַנד, וואָס ס׳איז זיי נימאס געוואָרן אויסצוגעבן אַ העלפֿט פֿון זייערע שׂכירות אויף דירה־געלט, כּדי צו וווינען אויף אַ בוידעם אָדער אין אַ קליין צימערל. אונדזערע דירות זײַנען גרעסער און אַ סך ביליקער, און מע קען פֿאָרן גיכער צום צענטער פֿון מאַנהעטן ווי פֿון ברוקלין. אין די בראָנקס קען אַ נאָרמאַלער מענטש לעבן ווי אַ מענטש.

אין די טיילן פֿון דרום־בראָנקס, וואָס ווערן איצט מער פּאָפּולער, זײַנען די פּרײַזן פֿאַר דירות אַרויף מיט 64% אין פֿאַרגלײַך מיט פֿאַר אַ יאָרן. די בעלי־בתּים האַלטן אין איין רעמאָנטירן די אַלטע בנינים, כּדי צו קענען פֿאָדערן מער געלט. זיי פּרוּוון אַרויסצוטרײַבן די אַלטע אײַנוווינער, וואָס צאָלן אַ סך ווייניקער ווי ס‘איז אויפֿן פֿרײַען מאַרק, צוליב „רענט־קאָנטראָל‟. פֿערציק פּראָצענט פֿון דער דאָרטיקער באַפֿעלקערונג באַשטייט פֿון אָרעמע־לײַט, איז דאָ אַ גרויסע סכּנה, אַז מע וועט עס מאַכן אַזוי טײַער, אַז זיי וועלן מוזן אַנטלויפֿן — פּונקט ווי ס׳איז געשען אין די גרויסע טיילן פֿון מאַנהעטן און ברוקלין.

די בערזע־מעקלער טענהן: „קויפֿט נידעריק און פֿאַרקויפֿט הויך‟. אָבער מיטן גרונטאייגנס אין ניו־יאָרק איז דאָס גרינגער צו זאָגן ווי צו טאָן, ווײַל די געשוואָלענע פּרײַזן זעען כּסדר אויס צו הויך. ווי אַזוי קען מען „קויפֿן נידעריק‟, ווען דער פּרײַז איז קיין מאָל ניט קיין נידעריקער? אין דרום־בראָנקס איז אפֿשר שוין צו שפּעט: די גרונט־סוחרים כאַפּן אָפּ זייערס מיט ביידע הענט, ווײַל די פּרײַזן שטײַגן — ס׳איז אפֿשר ניט כּדאַי אַרײַנצושפּרינגען, אויב מע האָט ניט אַליין אַ מאַיאָנטיק. אָבער אין צפֿון־בראָנקס, אין נאָרוווּד, למשל, איז נאָך שלום־ושלווה, מע רירט זיך ניט פֿון אָרט. בײַ אונדז קען מען נאָך אַפֿילו אײַנהאַנדלען אַ מציאה. די צרה מיט נאָרוווּד איז בלויז, וואָס מע דאַרף האָבן אַ סך געדולד, ווײַל מע וועט דאַרפֿן וואַרטן צוואַנציק יאָר, ביז עס וועט ווערן „היפּ‟.