דער Forward האָט דעם 1טן אָקטאָבער פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל פֿון בריטאַ לאָקטינג, דזשאָש נייטאַן־קייזיס און פּאָל בערגער וועגן פֿיר ייִדישע געווינער פֿונעם פּריז, מיט וועלכן די „פֿונדאַציע אויפֿן נאָמען פֿון דזשאָן און קעטרין מאַק׳אַרטוק באַלוינט יעדעס יאָר פֿון 20 ביז 30 יחידים, וועלכע האָבן אַרויסגעוויזן „גאונות‟ אין פֿאַרשיידענע געביטן. הײַיאָר האָבן די געווינער — 24 אַמעריקאַנער אינזשענירן, פּראָפֿעסאָרן, שרײַבער, קינסטלער, אַרטיסטן און אַנדערע אויסגעצייכנטע פּערזענלעכקייטן — באַקומען אַ נישקשהדיקע סובסידיע אויף 625,000 דאָלאַר, וועלכע וועט דערמעגלעכן ממשיך צו זײַן זייער טעטיקייט במשך פֿון די קומענדיקע פֿינף יאָר.
מאַרינאַ ראָסטאָוו, אַ 46־יאָריקע פּראָפֿעסאָרין פֿון מיטל־מיזרחדיקע שטודיעס און געשיכטע אינעם פּרינסטאָן־אוניווערסיטעט, האָט געוווּנען דעם פּריז פֿאַר אירע חידושדיקע פֿאָרשונגען פֿון פֿריִער אומבאַקאַנטע טיפֿענישן אין דער קאַיִרער גניזה. צום ערשטן מאָל נאָך די 1990ער יאָרן האָט די פֿונדאַציע באַלוינט אַן אַקאַדעמישן מומחה פֿאַר אַנטדעקונגען אין ייִדישקייט.
די פֿונדאַציע האָט אָנגעהויבן קלינגען ראָסטאָוו דעם 9טן סעפּטעמבער. עטלעכע מאָל האָט זי נישט געוואָלט אויפֿהייבן דאָס טרײַבל, מיינענדיק, אַז אַ געוויסע מעבל־קאָמפּאַניע וויל איר פֿאָרלייגן אַ סאָפֿע. צו איר חידוש, האָט זי פּלוצעם דערהערט, אַז זי האָט געוווּנען אַ גרויסע סובסידיע פֿאַר אירע ווײַטערדיקע פֿאָרשונגען. אין די 1990ער יאָרן, פֿלעגט זי שרײַבן אַרטיקלען פֿאַרן Forward. אין 2004 האָט זי פֿאַרטיידיקט איר דאָקטאָראַט אינעם קאָלומביע־אוניווערסיטעט און האָט הײַיאָר אָנגעהויבן אַרבעטן אין פּרינסטאָן.
ווי ס׳איז באַקאַנט, שטעלט די קאַיִרער גניזה מיט זיך פֿאָר אַ ריזיקן אוצר פֿון בערך 300,000 פֿראַגמענטן פֿון אַלטע ייִדישע דאָקומענטן, וואָס די ייִדישע קהילה אין עגיפּטן האָט געזאַמלט במשך פֿון מער ווי טויזנט יאָר. הגם דער דאָזיקער פּרײַזלאָזער אוצר ווערט כּסדר געפֿאָרשט זינט דעם 19טן יאָרהונדערט, אַנטהאַלט ער נאָך אַ סך סודות. צום צווייטן מאָל האָט די „מאַק׳אַרטור־פֿונדאַציע‟ באַלוינט אַ פֿאָרשער פֿונעם פּרינסטאָנער־אוניווערסיטעט פֿאַר די שטודיעס פֿון דער קאַיִרער גניזה. דער היסטאָריקער שלמה גויטיין, וועלכער איז געשטאָרבן אינעם יאָר 1985, האָט באַקומען דעם „גאונות‟־פּריז פֿאַר זײַנע חידושים אינעם דאָזיקן געביט מיט 30 יאָר צוריק.
ראָסטאָוו האָט זיך פֿאָקוסירט אויף די ווייניקער באַקאַנטע אַראַמישע טעקסטן און באַמערקט, אַז די ייִדישע סופֿרים האָבן אויסגענוצט פֿראַגמענטן פֿון אָרטיקע מלוכישע דאָקומענטן, וועלכע וואַרפֿן אַ שײַן אויף דער געשיכטע פֿונעם פֿאַטימידער כאַליפֿאַט, וועלכער האָט געהערשט אין צפֿון־אַפֿריקע פֿונעם 11טן ביזן 13טן יאָרהונדערט. אין אַ שמועס מיטן Forward האָט זי באַמערקט, אַז, צו איר חידוש, האָבן זיך די בעסטע אַרכיוו־מאַטעריאַלן וועגן דער דאָזיקער אוראַלטער מוסולמענישער אימפּעריע אָפּגעפֿונען אויפֿן בוידעם פֿון אַ שיל.
ניקאָל אײַזנמאַן האָט באַקומען די באַלוינונג פֿאַר אירע קונסט־ווערק. אַזוי ווי ראָסטאָוו, האָט זי, צוערשט, נישט געגלייבט אירע אויערן און געוואָלט איבעררײַסן דעם טעלעפֿאָן־שמועס. אינעם לעצטן מאָמענט האָט זי אָבער פֿאַרשטאַנען, אַז אַ לעגיטימע אָרגאַניזאַציע לייגט איר פֿאָר אין דער אמתן אַ סומע פֿון איבער אַ האַלב מיליאָן דאָלאַר. אײַזנמאַנס ווערק זענען געוויזן געוואָרן אינעם ניו־יאָרקער מוזיי פֿון מאָדערנער קונסט און אַנדערע באַקאַנטע גאַלעריעס. דאָס ווערק אויף אַ ייִדישער טעמע, מיטן נאָמען „סדר‟, וואָס שילדערט אויף אַן אַבסטראַקט־מאָדערנעם אופֿן אַ משפּחה בײַם פּראַווען פּסח, האָט מען אויסגעשטעלט אינעם ניו־יאָרקער ייִדישן מוזיי מיט 5 יאָר צוריק.
אינעם יאָר 1984 זענען כּמעט 4,000 מענטשן אומגעקומען בעת אַ גאַז־אויפֿרײַס אויף אַ פּעסטיצידן־פֿאַבריק אין באָפּאַל, אינדיע. גאַרי כּהן איז דעמאָלט געווען 29 יאָר אַלט. נאָך דער דאָזיקער קאַטאַסטראָפֿע, האָט ער אָנגעהויבן קעמפֿן קעגן די סכּנות פֿון דער כעמישער אינדוסטריע און געגרינדעט אינעם יאָר 1996 די גלאָבאַלע סבֿיבֿה־באַוועגונג „געזונט־פֿאַרהיטונג אָן היזק‟ (HCWH). צווישן אַנדערע ענינים, האָט זײַן אָרגאַניזאַציע געהאָלפֿן פּטור צו ווערן פֿון די „קלאַסישע‟ טערמאָמעטערס מיט קוועקזילבער און אַנדערע מכשירים, וווּ עס געפֿינט זיך דער דאָזיקער גיפֿטיקער עלעמענט.
בען לערנער איז אַ פּאָעט און שרײַבער־רעאַליסט, צום מערסטן באַקאַנט ווי דער מחבר פֿון צוויי ראָמאַנען, „אַוועק פֿון דער סטאַנציע אַטאָטשאַ‟ און „10:40‟. יהושע פֿערסט, אַ כּסדרדיקער קאָרעספּאָנדענט פֿונעם Forward, האָט אין זײַן רעצענזיע באַמערקט, אַז ער האָט באַזונדערס ליב לערנערס סטיל, ווײַל מיט זײַנע שילדערונגען פֿון רעאַליסטישע, גאַנץ באַגרענעצטע און פֿאָרמעלע סיטואַציעס, שאַפֿט ער דעם אײַנדרוק, אַז אינעם מענטשלעכן וועזן גופֿא שטעקט עפּעס פּריקרע. לערנער האָט געזאָגט דער צײַטונג, אַז ער הייבט נישט אָן צו וויסן, ווי אַזוי ער וועט אויסנוצן דאָס געלט. די זשורנאַליסטקע קאָראַ קוריער האָט אָבער געמאָלדן אויף דער אינטערנעץ, אַז זי ווייסט עס יאָ; לויט איר מיינונג, אויב לערנער וועט ממשיך זײַן דעם זעלבן סטיל, וועט ער זיך פֿאַרנעמען מיטן שרײַבן אַ ראָמאַן וועגן זײַן באַקומען דעם פּריז.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.