ידיעות פֿון מאָסקווע

News From Moscow

דרײַ היסטאָריקערינס (פֿון רעכטס): אירינאַ וואַריאַש, גאַלינאַ זעלענינאַ און גאַלינאַ פּאָפּאָוואַ
דרײַ היסטאָריקערינס (פֿון רעכטס): אירינאַ וואַריאַש, גאַלינאַ זעלענינאַ און גאַלינאַ פּאָפּאָוואַ

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published October 02, 2015, issue of October 30, 2015.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

„שלאָגן כּפּרות‟ אויף אַ ווירטועלן אופֿן

די תּישרי־יום־טובֿים האָבן דאָ אַ באַזונדערן קאָלאָריט. אַלץ מער ייִדן טוען תּשובֿה, און אויב מיט 15 יאָר צוריק זענען אויף יום־כּיפּור געקומען אין די מאָסקווער שילן טויזנט מענטשן מאַקסימום, קומען הײַנט אַרום צען טויזנט. לעבן די גרויסע שילן (דער ליטוואַקישער כאָר־שיל און דער חב״ד־שיל אין מאַרינאַ ראָשטשאַ) האָט מען אויסגעבויט גרויסע סוכּות — יעדע אויף עטלעכע הונדערט מענטשן. דאָס רובֿ מאָסקווער ייִדן בלײַבן וועלטלעכע, אָבער צווישן די אַנדערע קולטורעלע זאַכן ווערן אויפֿגעלעבט אַלע מינהגים, כּולל די, וואָס אַלטע ייִדן האַלטן זיי ווי אַ סימבאָל פֿון ייִדישער אָפּגעשטאַנענקייט. פֿאַר יום־כּיפּור האָבן כּמעט אַלע מאָסקווער שילן פֿאָרגעלייגט דעם עולם אָנטייל צו נעמען אינעם מינהג „כּפּרות‟. עס זענען אויך דאָ נײַע אופֿנים עס צו טאָן: ס’איז אַנטשטאַנען אַ וועבזײַטל, וואָס דאָרטן קען מען שלאָגן „כּפּרות‟ ווירטועל.


נאָך די וואַקאַציעס — ווידער צו דער אַרבעט

עס האָבן זיך געענדיקט די וואַקאַציעס אין די וועלטלעכע ייִדישע אַנשטאַלטן פֿאַר קינדער און יוגנט. זונטיק דעם 27סטן סעפּטעמבער איז אין דעם מאָסקווער ישׂראלדיקן קולטור־צענטער פֿאָרגעקומען די באַגעגעניש פֿונעם קלוב „צופֿים־צמרת‟ — מאָסקווער ייִדישער סקויטן־אָרגאַניזאַציע, וואָס פֿאַראייניקט יונגע לײַט פֿון 10 ביז 17 יאָר. אויף דער ערשטער באַגעגעניש פֿונעם יאָר איז געווען אַ באַנקעט, אַ דיסקאָטעק און אַ קוועסט־שפּיל.


רעפֿעראַטן וועגן צוזאַמענלעבן פֿון ייִדן, קריסטן און מוסולמענער אין שפּאַניע אין מיטל־אַלטער

עס גייט ווײַטער אָן דער נײַער סעזאָן פֿונעם פּראָיעקט „אשכּולות‟. דעם 24סטן סעפּטעמבער האָט מען דורכגעפֿירט אַ באַגעגעניש מיטן נאָמען „לאַ קאָנוויווענציאַ‟ — די רייד איז געגאַנגען וועגן דעם מיטלעבן פֿון ייִדן, קריסטן און מוסולמענער אין שפּאַניע אין מיטל־אַלטער. געהאַלטן די רעפֿעראַטן האָבן דרײַ היסטאָריקערינס: גאַלינאַ זעלענינאַ, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט דער געשיכטע פֿון ייִדן; גאַלינאַ פּאָפּאָוואַ, היסטאָריקערין פֿון קריסטלעכער שפּאַניע, און אירינאַ וואַריאַש, היסטאָריקערין פֿון אַראַבער אין שפּאַניע. זיי האָבן דערציילט וועגן דער געשיכטע פֿון מינדערהייטן אי אין קריסטלעכער, אי אין מוסולמענישער שפּאַניע; וועגן ייִדן און קריסטן אין כאַליפֿאַט, און ייִדן און אַראַבער אין קאַסטיליע און אַראַגאָן — וועגן זייער סטאַטוס, זייערע באַציִונגען מיט דער מלוכה, מיט דעם רובֿ און צווישן זיך.


אַ „רונדער טיש‟, געווידמעט דעם פֿילאָסאָף וואַלטער בנימין

מיטוואָך דעם 30סטן סעפּטעמבער איז פֿאָרגעקומען נאָך אַ באַגעגעניש פֿונעם פּראָיעקט. זי האָט געהייסן „צענטראַל־פּאַרק‟ און איז געווידמעט געווען דעם באַרימטן ייִדישן פֿילאָסאָף פֿון דײַטשלאַנד, וואַלטער בנימין. סוף 1920ער יאָרן האָט ער פּלאַנירט אָנצושרײַבן אַ פֿאָרשונג וועגן פּאַריז פֿונעם 19סטן י״ה, ערבֿ די גרויסע וואַקלענישן. אין פֿאָקוס פֿון דער פֿאָרשונג האָט געמוזט זײַן שאַרל באָדלער, דער דיכטער, וואָס האָט פֿאָרויסגעזאָגט די נײַע עפּאָכע. די פֿאָרשונג האָט בנימין ניט געענדיקט, אָבער אָנגעשריבן אַ ריי סקיצן און עסייען. ער אַליין האָט זיי געזאַמלט אין אַ באַנד, „צענטראַל־פּאַרק‟.

דאָס יאָר זענען פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן 2 פֿאַרשיידענע רוסישע איבערזעצונען פֿון דער זאַמלונג: פֿון אלכּסנדר יאַרין און סערגיי ראָמאַשקאָ. „אשכּולות‟ האָט געווידמעט דער געשעעניש אַ „רונדן טיש‟, אין וועלכן ס‘האָבן זיך באַטייליקט די ביידע איבערזעצער, דער פֿילאָסאָף יואל רגבֿ און די פּאָעטן אַלכּסנדר סקידאַן און יעלענאַ פֿאַנאַילאָוואַ.


אַ ייִד אַ דעפּוטאַט פֿון געגנט־דעפּוטאַט ווערט באַשטראָפֿט

אַ ידיעה פֿון דער שטאָט פּסקאָוו: בײַם דעפּוטאַט פֿון דעם געגנט־פּאַרלאַמענט, לעוו שלאָסבערג, איז אָפּגענומען געוואָרן זײַן דעפּוטאַט־מאַנדאַט. שלאָסבערג איז געווען דער איינציקער פּאָליטיקער, וואָס האָט עפֿנטלעך גערעדט וועגן רוסלאַנדס מיליטערישע כּוחות אין אוקראַיִנע. אין אויגוסט 2014 האָט ער גערופֿן אויסצופֿאָרשן דאָס אומקומען פֿון הונדערטער רוסישע סאָלדאַטן אין אוקראַיִנע, און האָט פֿאַרעפֿנטלעכט די רעזולטאַטן פֿון זײַן אייגענער אויספֿאָרשונג. גלײַך נאָך דעם איז שלאָסבערג געוואָרן אַ קרבן פֿון אַן אַטענטאַט (מע האָט אים באַפֿאַלן בײַ נאַכט און אָנגעשלאָגן. ער איז געבראַכט געוואָרן קיין שפּיטאָל מיט אַ שאַרבן־טראַוומע).

אין אַפּריל 2015 האָט שלאָסבערג אָנטייל גענומען אין אַ געריכט־זיצונג פֿון אַ פּראָצעס פֿון אַ ניט־מלוכישער געזעלשאַפֿטלעכער אָרגאַניזאַציע. דאָס איז געווען אַ פֿאָרמעלע סיבה אָפּצונעמען בײַ אים דעם דעפּוטאַט־מאַנדאַט, ווײַל לויטן געזעץ איז אַ דעפּוטאַט פֿאַרווערט אויפֿצוטרעטן אין געריכט ווי אַ פֿאַרטיידיקער אָדער אַ פֿאַרטרעטער פֿון איינער פֿון די זײַטן. שלאָסבערג האָט בדעה צו באַשטרײַטן דעם באַשלוס פֿונעם פּאַרלאַמענט אין געריכט. די טוער פֿון דער אָפּאָזיציע קלײַבן שטימען אים צו באַשיצן.


מאַנדעלשטאַמס דענקמאָל אין אַמסטערדאַם

און די לעצטע ידיעה פֿאַר הײַנט. אין אַמסטערדאַם איז דעם 25סטן סעפּטעמבער געעפֿנט געוואָרן אַ דענקמאָל דעם גרויסן רוסלענדישן ייִדישן פּאָעט אָסיפּ מאַנדלשטאַם און זײַן פֿרוי. דער דענקמאָל געפֿינט זיך אויף נאַדעזשדאַ מאַנדלשטאַם־גאַס (דער נאָמען איז צוגעטיילט געוואָרן אין 2001) און הייסט, „דער דענקמאָל דער ליבע‟.