מיט 76 יאָר צוריק, אין סעפּטעמבער 1939, האָט דײַטשלאַנד, צוזאַמען מיט דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, צעברעקלט און צעטראָטן פּוילן. וועגן דער דאָזיקער אַנעקסיע, וועלכע האָט אונטערגעצונדן דאָס פֿײַער פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה, איז שוין אַ היפּש ביסל אָנגעשריבן געוואָרן. און דאָך, ווי איך האָב זיך איבערגעצײַגט בײַם פֿאָרשן די געשיכטע פֿון דער ייִדישער ליטעראַרישער סבֿיבֿה אין ביאַליסטאָק, בלײַבן נאָך אַלץ אַ סך וויכטיקע געשעענישן פֿון יענער צײַט, וואָס זײַנען ווייניק אויסגעפֿאָרשט געוואָרן, צי קיין פֿאָרשער האָט זיך צו זיי אַפֿילו ניט צוגערירט.
איצט, אָבער, האָב איך באַשלאָסן צו שרײַבן ניט וועגן ביאַליסטאָק, נאָר וועגן בריסק, וואָס האָט אין דער סאָוועטישער געשיכטע דעם שם פֿון אַ לעגענדאַרער שטאָט. איר הייליקייט איז פֿאַרבונדן ניט מיטן בריסקער שלום, וואָס לענינס רעגירונג האָט אונטערגעשריבן אין מאַרץ 1918 און האָט דערמיט אַרויסגעפֿירט רוסלאַנד פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה. די לעגענדע פֿון בריסק איז פֿאַרבונדן מיט העלדישקייט פֿון די סאָוועטישע מיליטער־לײַט, וואָס האָבן אין יוני 1941 געקעמפֿט מיט די דײַטשן אַפֿילו ווען זיי זײַנען פֿאַרבליבן אַרומגערינגלט דורך דעם שׂונא. איינער פֿון די פֿירער פֿון דעם ווידערשטאַנד איז געווען דער קאָמיסאַר יעפֿים פֿאָמין, אָבער אין דער סאָוועטישער ליטעראַטור האָט מען, בדרך־כּלל, געמאַכט אַ שווײַג, אַז דער דאָזיקער העלד — מיט אַ רוסיש קלינגענדיקן משפּחה־נאָמען — איז געווען אַ ייִד.
אַן אַנדער ייִדישער אָפֿיציר ווערט אַסאָציִיִרט מיט דער געשיכטע פֿון בריסק, אָבער ניט פֿון די ערשטע טעג אין דער סאָוועטיש־דײַטשישער מלחמה, נאָר פֿון דער צײַט, ווען מאָסקווע און בערלין האָבן געשאַפֿן אַ שותּפֿות, כּדי צו צעטיילן פּוילן. די דײַטשן האָבן אַטאַקירט פּוילן דעם 1טן סעפּטעמבער 1939 און צו דער צײַט, ווען די רויטע (סאָוועטישע) אַרמיי האָט אָנגעהויבן צו פֿאַרכאַפּן פּוילן, האָבן די דײַטשן באַוויזן צו אָקופּירן אייניקע ערטער, וועלכע האָבן, לויט דער צונויפֿגערעדטקייט צווישן ביידע אַגרעסאָרן געדאַרפֿט אַריבערגיין צום סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. אַזוי איז עס געווען, אַ שטייגער, אין ביאַליסטאָק — בערך אַ וואָך האָבן די תּושבֿים געפֿילט דעם טעם פֿון דײַטשישער אָקופּאַציע, און דערנאָך זײַנען געקומען די סאָוועטישע „באַפֿרײַער‟.
בערך אַזוי האָבן זיך די געשעענישן אַנטוויקלט אויך אין בריסק. תּחילת זײַנען אַהין אַרײַן, נאָכן ברעכן דעם ווידערשטאַנד מצד די פּוילישע זעלנער, די טאַנקיסטן פֿון דעם דײַטשישן גענעראַל הײַנץ גודעריאַן. און שוין שפּעטער זײַנען אָנגעקומען די טאַנקיסטן אין שפּיץ מיט שמעון (סעמיאָן) קריוואָשעיִן. צו יענער צײַט איז קריוואָשעיִן געווען באַקאַנט ווי אַן אויסגעפּרוּווטער סאָוועטישער גענעראַל, וואָס האָט געדינט אין דער רויטער אַרמיי זינט 1918, ווען ער, אַ 19־יאָריקער זון פֿון אַ ייִדישן בעל־מלאכה, איז פֿרײַוויליק געוואָרן אַ רעוואָלוציאָנערער סאָלדאַט. צו זײַן קאַריערע אין דער אַרמיי האָט בלי־ספֿק געהאָלפֿן דער פֿאַקט, וואָס ער האָט פֿאַרענדיקט זיבן קלאַסן רוסישער גימנאַזיע. מיט אַנדערע ווערטער, איז ער געווען אַ גראַמאָטנער יאַט. שפּעטער האָט ער זיך אויסגעצייכנט אין פֿאַרשיידענע קאָנפֿליקטן און מלחמות, אַרײַנגערעכנט דעם שפּאַנישן בירגערקריג. בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט ער זיך אַרויסגעוויזן ווי אַ דרייסטער און פֿעיִקער גענעראַל.
דאָך, האָט ער אין דער געשיכטע פֿאַרנומען אַן אָרט, דער עיקר, צוליב זייער אַ קאָנטראָווערסאַלן עפּיזאָד פֿון יענער צײַט. הונדערטער מאָל האָט מען שוין באַשריבן און געוויזן פֿאָטאָס און דאָקומענטאַלע ווידעאָ־אימאַזשן פֿון דעם בשותּפֿותדיקן פּאַראַד אין בריסק — די דײַטשישע מיליטער אין שפּיץ מיטן באַוווּסטן דײַטשישן גענעראַל גודעריאַן און די סאָוועטישע מיליטער אין שפּיץ מיטן ייִדישן (!) גענעראַל קריוואָשעיִן.
אמת, אייניקע ערנסטע היסטאָריקער טענהן, אַז אַזאַ זאַך איז אייגנטלעך ניט געווען; ריכטיקער, ס’איז געווען ניט אין גאַנצן אַזוי. דאָס הייסט, אַז ביידע צדדים האָבן יאָ מאַרשירט, אָבער ניט אין דער זעלבער צײַט: פֿריִער האָבן זייערס אָפּמאַרשירט די דײַטשן און דערנאָך, ווען יענע זײַנען שוין געווען אַוועק, זײַנען דורכגעגאַנגען די סאָוועטישע מיליטער־לײַט. מע טענהט אויך, אַז די דײַטשישע קינאָ־פּראָפּאַגאַנדיסטן האָבן דערנאָך קאָמבינירט די קאַדרען אַזוי, אַז עס זאָל אויסזען ווי אַ סאָוועטיש־דײַטשישער פּאַראַד.
אָט אַזאַ היסטאָרישע דאָליע איז אַרויסגעפֿאַלן אויף קריוואָשעיִן. זעלטן דערמאָנט מען, למשל, אַז זײַן מיליטערישער קאָרפּוס האָט זיך אויסגעצייכנט בײַם פֿאַרנעמען בערלין אין סאַמע סוף פֿון דער מלחמה, און אַז טאַקע פֿאַר דער בערלינער אָפּעראַציע איז ער באַלוינט געוואָרן מיטן העכסטן טיטל „דער העלד פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד‟. צו אים האָט זיך צוגעקלעפּט דווקא דער בריסקער עפּיזאָד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.