אַפֿילו אין ניו־יאָרק, וווּ מע קאָן טרעפֿן אַלצדינג, איז אַ זעלטנקייט צו דערזען אויף דער גאַס אַ חסיד מיט אַ הונט. גדליה גאָטענגער שפּאַצירט אַרום גאַנץ גליקלעך מיט זײַן פֿיר-פֿיסיקן פֿרײַנד, גיבנדיק אים אַ גלעט בעת אַ קורצן אָפּרו-מאָמענט אינעם שאָטן, הגם אין דער חסידישער קהילה פֿון וויליאַמסבורג, וווּ ער איז אויפֿגעוואַקסן, האָט דער עולם מורא פֿאַר די הינט.
גאָטענגער איז דערצויגן געוואָרן אין אַ געגנט, וווּ עס האָבן געוווינט בלויז די חסידים. אין פֿינף אָדער אַפֿילו צען גאַסן אַרום זענען כּמעט אַלע אײַנוווינער געווען פֿרומע ייִדן. ווי אַ קינד, האָט ער זעלטן געזען אַ הונט און האָט נישט געקענט קיין משפּחה, וואָס זאָל האַלטן די דאָזיקע חיה אין שטוב. אַדרבה, כּמעט אַלע אָרטיקע ייִדן שלעפּן זייערע קינדער אַוועק, ווען זיי טרעפֿן אין דרויסן אַ גוי מיט אַ הונט אָדער גייען אַריבער די גאַס, כּדי צו אַנטלויפֿן וואָס ווײַטער פֿון דער „שרעקעדיקער‟ באַשעפֿעניש.
דער אומגעוויינטלעכער חסיד האָט דערקלערט, אַז אַפֿילו די קלענסטע חנעוודיקע הינטעלעך רופֿן אַרויס אַ גרויסן פּחד בײַ די פֿרומע. אַ הונט בלײַב אַ הונט און איז אַלעמאָל שרעקלעך.
אַזאַ נעגאַטיווע באַציִונג שטאַמט פֿון גאָר אַן אַלטער ייִדישער טראַדיציע. בנימין עבֿרי האָט מיט צוויי יאָר צוריק פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל אינעם Forward, וווּ ער דערקלערט, אַז אין אַ גאַנצער ריי תּנ״כישע פּסוקים ווערן די הינט אַסאָציִיִרט מיטן שלעכטן גערוך, קאַרגשאַפֿט, טיפּשות און שמוץ. בײַ ייִדן איז „כּלבֿ‟ אַ קללה־וואָרט, בגימטריא 52, דערפֿאַר מײַדט אַ טייל ייִדן אויס דעם עצם־נאָמען פֿון דער געפֿערלעכער חיה, און שעלט אַנשטאָט דעם מיטן „צוויי־און־פֿופֿציקער‟.
אַזוי צי אַזוי, האָט גאָטענדער אָנגעהויבן ליב האָבן די הינט, ווען ער האָט שטודירט אינעם ברוקלינער קאָלעדזש און זיך באַקענט מיט אַ חבֿר, וועלכער האָט געהאַט אַ טשיקאַוון און שפּילעוודיקן טשיכואַכואַ, אַ פֿאָרשטייער פֿון דער קלענסטער פּאָראָדע הינט און דער וועלט. דעמאָלט האָט ער פֿאַרשטאַנען, אַז פֿאַר די הינט דאַרף מען נישט מורא האָבן, זיי זענען חנעוודיקע באַשעפֿענישן. דאָס לעצטע אָנדערהאַלבן יאָר שפּאַצירט ער כּסדר מיט פֿינף שכנישע הינט און פֿאַרנעמט זיך פֿון צײַט צו צײַט מיט אַ צאָל אַנדערע.
גאָטענגער האָט דערציילט, אַז זײַן טאַטע ווייסט נישט וועגן זײַן באַשעפֿטיקונג, אָדער מאַכט זיך נישט וויסנדיק, אָבער זײַן ברודער איז געפֿעלן געוואָרן, ווען ער האָט אים געטראָפֿן אויף דער גאַס מיט אַ הונט. די פֿרומע שכנים פֿרעגן פֿון צײַט צו צײַט קשיאות וועגן זײַן אומגעוויינטלעכן עסק, אָבער געוויינטלעך ווילן זיי נישט רעדן דערפֿון. בײַ די פּוערטאָ־ריקאַנער נישט־ייִדישע שכנים רופֿט ער אַרויס אַ גרויסן אינטערעס. צומאָל ווערן זיי פֿאַרחידושט און הייבן אָן לאַכן: „גיט אַ קוק, נישט צום גלייבן, אַ חסיד שפּאַצירט מיט אַ הונט!‟
דער אומגעוויינטלעכער חסיד האָט צוגעגעבן, אַז אַחוץ דעם, וואָס ער פֿאַרדינט פֿאַר זײַן שפּאַציר־עסק, וויל ער אויך ווײַזן, אַז ער פֿאָלגט נישט די אָרטיקע חסידישע סטערעאָטיפּן. צוליב דער זעלבער סיבה איז ער געגאַנגען זיך לערנען אין אַ קאָלעדזש, אַנשטאָט אַ ישיבֿה. אַזוי צי אַזוי, האָט גאָטענגער באַטאָנט, אַז ער האָט טאַקע ליב זײַנע פֿיר־פֿיסיקע פֿרײַנד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.