לעצטנס בין איך, צוזמאַנען מיט די עלטערן, געפֿאָרן אויף אַ ריזיקן יאַריד פֿונעם סאָרט, וואָס מיר אַמעריקאַנער רופֿן אָן מיטן מאָדנעם אויסדרוק, וואָס קלינגט אויך אויף ייִדיש — „פֿליי־מאַרק‟. אויפֿן יאַריד אין אַ גאָר דאָרפֿישן ווינקל פֿון דרום־ניו־דזשערזי זענען, ווי ווײַט איך ווייס, ניטאָ קיין פֿליי, אָבער ס׳זענען יאָ געווען העכער טויזנט פֿאַרשידענע סוחרים, וואָס האָבן פֿאַרקויפֿט אַלע מינים אַלטוואַרג. צווישן די קליינע טישן, פֿאַרשטעלט מיט סחורה האָט מען געקענט געפֿינען אַלט מעבל, פֿאַרשידענע מינים פֿאַלשע צירונג, אַלטע צײַטונגען און ספּאָרט־אָנדענק־זאַכן, מוזיקאַלישע אַלבאָמען אויף עטכע פּלאַטעס און קאַסעטן, כּלערליי אָפּגעטראָגענע קליידער, און אומצאָליקע מינים מיליטערישע אָביעקטן: אוניפֿאָרמען, מעדאַלן, ביקסן, קוילן און אַפֿילו אַ פּאָר (האָפֿנטלעך אומאַקטיווע) גראַנאַטן.
איך פֿאָר שוין אַ לעבן־לאַנג אויף אַזעלכע יאַרידן מיט די עלטערן. מיר האָבן זיי ליב ניט בלויז צוליב די אַלע טשיקאַווע זאַכן, אויף וועלכע מע קען זיך דאָרטן אָנשטויסן, נאָר אויך ובפֿרט צוליב די גאָר אינטערעסאַנטע מענטשן, מיט וועלכע מע קען זיך דאָרטן באַקענען.
די „פֿליי־מאַרקניקעס‟, די וואָס פֿאַרקויפֿן זייער אַלטוואַרג אויף אַזעלכע יאַרידן, זענען אַן אוניקאַלער שבֿט פֿאַר זיך. ס׳רובֿ פֿון זיי פֿאַרדינען ניט קיין געהעריקע געלטער פֿון זייער אַרבעט, נאָר טוען עס סתּם צוליב דעם, וואָס זיי האָבן ליב אַלטע זאַכן און צו רעדן מיט די קונים און אַנדערע סוחרים, וואָס האָבן אויך ליב אַזעלכע „אוצרות‟. די וואָס מאַכן יאָ אַ לעבן נאָר פֿון אַזעלכע יאַרידן, דאַרפֿן פֿאָרן הונדערטער מײַל אַ טאָג, כּדי צו קומען צו די יאַרידן און אויך אָפּקויפֿן חפֿצים פֿון סקלאַדן, באַנקראָטירטע הײַזער און ליציטאַציעס. צו מאַכן פֿון דעם פּרנסה, מוז מען טאַקע זיך אָפּגעבן מיט דעם מעת־לעתנווײַז, און וווינען ס׳רובֿ פֿון דער צײַט אין אַ מין אייביקן נע־ונד צווישן דאָ און דאָרט. אַ דאַנק די פֿאַרשידענע יאַרידן און צוזאַמענקומענישן און דעם פֿאַקט, אַז אַזאַ שווערע אַרבעט טויג נאָר פֿאַר אַ פּאָר געציילטע ענערגישע (און אויך עקצענטרישע) מענטשן, קענען די פּראָפֿעסיאָנעלע „פֿליי־מאַרקניקעס‟ איינער דעם אַנדערן און פֿאַרמאָגן צווישן זיך אַ מין קהילה מיט איר אייגענער קולטור און אויפֿפֿיר.
מײַן הויפּט־אינטערעס אין אַזעלכע מאַרקן איז מסתּמא די ראָלע פֿונעם זכּרון. אויף אַזעלכע יאַרידן פֿאַרקויפֿט מען ניט סתּם חפֿצים, נאָר זייער אָפֿט אויך אַזאַ מין אַלטוואַרג, וואָס שאַפֿט אַ נאָסטאַלגיע נאָך אַ צײַט, וואָס די מענטשן אַליין געדענקען ניט. דאָס הייסט, עס גייט אַ רייד ניט וועגן דעם זכּרון פֿונעם יחיד, נאָר וועגן דעם פֿאָלקס־זכּרון און אַ צום־טייל, אויסגעטראַכטן פֿאַרשטאַנד פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט.
אַזאַ נאָסטאַלגיע זעט מען בפֿירוש ווען עס קומט צו די מלחמה־אָנדענק־חפֿצים. איך האָב זיך אָנגעשטויסן אויף אַ טיש, פֿאַרשטעלט מיט אַזאַ סחורה. לכתּחילה האָב איך באַמערקט אַ ריי גאָר אַלטע קוילן, לעבן וועלכער ס׳איז געשטאַנען אַ צעטל, וואָס האָט דערקלערט, אַז די קוילן האָט מען אויסגעגראָבן אויפֿן אַמאָליקן שלאַכטפֿעלד אין געטיסבורג, פּענסילוואַניע, וווּ העכער 46,000 סאָלדאַטן זענען דערהרגעט געוואָרן במשך פֿון דרײַ בלוטיקע טעג אין יולי 1863.
נאָכן זען אַזאַ עקלדיקן אויסקלײַב איז מיר ניט געווען קיין חידוש צו באַמערקן פֿאַרשידענע קוילן פֿון אַנדערע באַקאַנטע שלאַכטן ווי די טרויעריק־באַרימטע שלאַכטן אין די אַרדען־בערג (באַקאַנט אויף ענגליש ווי The Battle of the Bulge) בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה, אין וועלכער 19,000 אַמעריקאַנער זענען געפֿאַלן. וואָס איז מיר אָבער יאָ געווען גאָר אַ חידוש, איז צו לייענען אויף אַ צעטל, אַז אָט געפֿינען זיך אָפּגעשאָסענע קוילן, געפֿונען אין „באַבי־יאַר‟. אויף דעם צעטל איז ניט געשטאַנען קיין שום דערקלערונג, וואָס אַזוינס איז געשען אין באַבי־יאַר אָדער ווער האָט דאָרטן דערשאָסן וועמען. ס׳איז סתּם געשטאַנען „קוילן, אויסגעפֿונענע אין באַבי־יאַר‟.
איך האָב אַ פֿרעג געטאָן דעם סוחר, וואָס איז ער אויסן מיטן פֿאַרקויפֿן קוילן פֿון אַזאַ הריגה, און ער האָט מיר געענטפֿערט מיט זײַן פֿראַגע: צי איז עס טאַקע בעסער צו פֿאַרקויפֿן קוילן, וואָס האָבן אפֿשר דערהרגעט סאָלדאַטן, איידער צו פֿאַרקויפֿן קוילן, וואָס האָבן אפֿשר דערהרגעט פֿרויען און קינדער? ס׳איז באמת געווען אַ יושרדיקע פֿראַגע, וואָס איז מיר ניט פֿריִער אײַנגעפֿאַלן. איך בין געוואָרן אין כּעס אויף זיך, הלמאי איך בין פֿאַרמיגלט געוואָרן בלויז צוליב די באַבי־יאַרער קוילן?!
„די גאַנצע זאַך איז דאָך עקלדיק‟, האָב איך געענטפֿערט דעם סוחר.
„נו‟, האָט ער געזאָגט, „דאָס איז דײַן מיינונג, אָבער מענטשן קויפֿן זיי דאָך. און איך דאַרף מאַכן אַ לעבן‟.
נאָך זײַן ענטפֿער האָב איך כּמעט פֿאַרלוירן דעם אינטערעס צום גאַנצן יאַריד; אָבער פּלוצלעם האָבן מײַנע אויגן זיך אָנגעשטויסן אויף אַ שטרײַמל.
„עס קען ניט זײַן‟, האָב איך צו זיך געטראַכט. אָבער ווען איך בין צוגעקומען צו אַ טיש בײַם סאַמע עק פֿונעם יאַריד, האָב איך דערזען אַ שיינעם סויבלן שטרײַמל אויף אַ קופּע צירונג.
„איר ווייסט, וואָס דאָס איז?‟ האָב איך געפֿרעגט דעם סוחר.
„יאָ‟ האָט ער געענטפֿערט. „איך האָב שוין געזען אַ פּאָר פֿון זיי. ס׳איז אַ היטל, וואָס געהערט צו אַ וויכטיקן רבי. נאָר די חשובֿסטע ייִדן טראָגן זיי. צי זענט איר פֿאַראינטערעסירט אין דעם?‟
„נו‟, האָב איך געזאָגט, „איך וועל עס זיכער ניט קויפֿן, אָבער איך בין זייער נײַגעריק צו הערן, פֿון וואַנען נעמט זיך דאָ די זאַך?‟
„דאָס איז דווקא די טשיקאַווסטע זאַך וועגן דעם אַלעם‟, האָט ער אַ פֿריילעכער געזאָגט. „איך האָב עס נעכטן געקויפֿט ניט ווײַט פֿון דאַנען. ס׳איז געווען אינעם הויז פֿון אַן ערשט פֿאַרשטאָרבענער פֿרוי, וואָס האָט געהאַט די צירונג, וואָס איר זעט דאָ. זי איז געווען אַן אָפּשטאַמיקע פֿון מאַסאָנען און האָט פֿאַרמאָגט אַלע מינים זעלטענע מאַסאָנישע קייטן און מטבעות; זייער אַ זעלטענע סחורה. און אין מיטן פֿון דעם אַלעם געפֿין איך דעם שיינעם רבינס היטל. איר זון האָט גאָרניט ניט געוווּסט, פֿון וואַנען דאָס היטל איז געקומען. איך קען עס אײַך פֿאַרקויפֿן פֿאַר בלויז $175‟.
איך האָב אים דערקלערט, אַז כאָטש דער פּרײַז איז געווען זייער אַ ביליקער (און מסתּמא צו ביליק דערצו), בין איך נאָך אַלץ ניט געווען קיין בעלן צו קויפֿן דעם שטרײַמל. איך האָב אים אָבער יאָ דערקלערט, אַז אַזאַ היטל הייסט אַ „שטרײַמל‟; אַז זײַן שטרײַמל האָט מען געמאַכט פֿון סויבל, און אַפֿילו, אַז ס׳איז זייער אַלט, וואָלטן זיך געפֿונען אַ סך קונים אין ברוקלין, ווײַל עס פֿירט זיך בײַ די הײַנטיקע חסידים, אַז כּמעט אַלע חתונה־געהאַטע מענער טראָגן שטרײַמלעך אום שבת.
„אַ שאָד‟, האָט ער געזאָגט, „איך פֿאָר גלײַך אָפּ קיין אַפּאַלאַטשיאַ אויף אַ פּאָר וואָכן. די דאָרטיקע חבֿרה־לײַט וועלן בשום־אופֿן ניט וויסן, מיט וואָס מע עסט דאָס‟.
מיט אַ מאָל זענען אָנגעקומען צוויי מענער, א הויכער אין די 30ער יאָרן מיט אַ גוייִשן אויסזען, און אַ קליינער אין זײַנע 50ער, וואָס האָט אויסגעזען צו זײַן אַ ייִד. דער יונגער צווישן זיי איז צוגעקומען צום טיש און געזאָגט זײַן שותּף: „דו ווייסט וואָס דאָס איז. עס הייסט אַ ׳סטראָמל׳‟.
„אַ ׳סטראָמל׳?‟ האָב איך געפֿרעגט.
„יאָ‟ האָט ער געזאָגט, און אָן שום רשות גענומען דעם שטרײַמל, עס אָנגעטאָן אויף זײַן קאָפּ און געזאָגט אויף עפּעס אַ ליטווישן ייִדיש: „וואָס מאַכסטו? איך בין דער ׳גרייסער רבֿ׳ מיט אַ ׳סטראָמל׳‟, און זיך צעלאַכט.
„איר רעדט ייִדיש?‟ האָב איך אַ געפּלעפֿטער געפֿרעגט.
„ניין‟, האָט ער געענטפֿערט. „נאָר אַ פּאָר פֿראַזעס. מײַן מדריך אין דער וועלט פֿון ׳פֿליי־מאַרקן׳ איז אָבער געווען אַן אַלטער ייִד פֿון אוקראַיִנע. יעדעס מאָל, וואָס מיר פֿלעגן געפֿינען אַ ׳סטראָמל׳, האָט ער מיך געלערנט דאָס צו זאָגן‟.
נו, אויף אַזעלכע יאַרידן געפֿינט מען אַלע מינים אַלטוואַרג און אַלע מינים מענטשן מיט אומדערוואַרטע פּערזענלעכע געשיכטעס. איך האָב זיך דערפֿרייט צו רעדן מיט די דרײַ פּראָפֿעסיאָנעלע אַלטוואַרג־סוחרים וועגן דעם שטרײַמל און די מאַסאָנישע קייטן און זייערע פֿאַרכאַפּנדיקע רײַזעס איבערן גאַנצן לאַנד אינעם געיעג נאָך זעלטענע מציאות. איך האָב אָבער אויך ניט געקענט אויפֿהערן צו טראַכטן וועגן די באַבי־יאַרער קוילן. ס׳האָט מיר אַ שלאָג געטאָן אין קאָפּ איין פֿראַגע: אפֿשר האָט איינע פֿון די זעלביקע קוילן דערהרגעט אַ קרובֿ פֿונעם אוקראַיִנישן ייִד, וואָס האָט געלערנט דעם יונגן סוחר צו רעדן וועגן דעם שטרײַמל אויף ייִדיש?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.