נישט איין מאָל פֿרעגן זיך די הײַנטיקע מוזיקער: וואָס טוט מען מיט די אַלטע אוצרות פֿון פֿאָלקמוזיק? עס רעדט זיך נישט בלויז מכּוח דער אַשכּנזישער מוזיק אויף ייִדיש, אָבער אויך דער ספֿרדישער פֿאָלקמוזיק־טראַדיציע.
אין אַ נײַער רעקאָרדירונג פֿונעם „גײַ מענדילאָוו־אַנסאַמבל‟ [Guy Mendilow Ensemble], וואָס הייסט, „מעשׂיות פֿון אַ פֿאַרגעסענעם קיניגרײַך‟ [Tales from the Forgotten Kingdom], האָט מען באַשלאָסן אַוועקצוגיין ווײַט פֿון דער אַלטער טראַדיציע און שאַפֿן עפּעס נײַס, וואָס זאָל דערוועקן אַן אינטערעס און געפֿיל אינעם הײַנטיק עולם.
עס געדענקט זיך אַ קאָנצערט פֿון ספֿרדישער מוזיק, וואָס איך האָב געזען אין די 1990ער יאָרן, וווּ דער זינגער איז אַרויס אין אַ פֿילפֿאַרביקן כאַלאַט, ווי יוסף הצדיק, און גערומפּלט אויף זײַן גיטאַר, עלעהיי ער וואָלט געווען אַ גאַסן־זינגער אין שפּאַניע פֿונעם 14טן יאָרהונדערט. כאָטש איך האָב ווייניק געוווּסט דעמאָלט פֿון דער געשיכטע פֿון ספֿרדישער מוזיק, האָב איך אָבער געפֿילט, אַז דאָס וואָס ווערט געשטעלט אויף דער בינע, איז אַ פּורים־שפּיל און שפּיגלט נישט אָפּ די עכטע טראַדיציע.
דאָס ספֿרדישע גלות האָט צעשפּרייט די ייִדן פֿון שפּאַניע און פּאָרטוגאַל איבער דער גאַנצער וועלט — טערקײַ, גריכנלאַנד, בולגאַריע, מאַראָקאָ, האָלאַנד, ארץ־ישׂראל, עגיפּטן און אַמעריקע — און זייער געשאַפֿענע שפּראַך, לאַדינאָ, אויך באַקאַנט ווי דזשודעזמאָ, האָט געהאָלפֿן, זיי זאָלן זיך צוזאַמענהאַלטן ווי אַ קהילה. פֿון דעסטוועגן, האָט מען אויך געזונגען לידער אויף טערקיש, גריכיש און אַראַביש. געוויסע לידער פֿון די פֿאַרשיידענע ספֿרדישע קהילות האָבן די זעלבע ווערטער, אָבער גאַנץ אַנדערע מעלאָדיעס, ווײַל ווען אַ ליד „וואַנדערט‟, בײַט זיך עס אָפֿט, און עטלעכע וואַריאַנטן ווערן געשאַפֿן.
ס׳רובֿ ספֿרדישע פֿאָלקסלידער האָבן געשאַפֿן און געזונגען די פֿרויען. ווי בײַ די ייִדישע פֿאָלקס־זינגערס אין מיזרח־אייראָפּע, האָבן זיי בדרך־כּלל געזונגען אַליין, אָן שום באַגלייטונג, אָן האַרמאָניע, אין דער היים. בײַ אַ חתונה האָט מען יאָ געקענט הערן אַ טאַמבורין אָדער פּײַקל.
די ספֿרדישע באַלאַדעס, „ראָמאַנסאַס‟, זענען ספּעציעל באַליבט געוואָרן צווישן דעם ברייטערן עולם. צום טייל, איז דאָס דערפֿאַר, ווײַל זיי שטאַמען פֿון יאָרהונדערטער צוריק, און אַזוינע אַלטע לידער אויף ייִדיש זענען כּמעט ווי נישט בנימצא. פֿאַר די פֿאָרשער פֿון דער אַלטער שפּאַנישער (נישט־ייִדישער) פֿאָלקס־פּאָעזיע שטעלן די ספֿרדישע באַלאַדעס מיט זיך פֿאָר אַן אוצר. די ספֿרדים האָבן אויפֿגעהאַלטן מאַטעריאַלן, וואָס די הײַנטיקע שפּאַנישע באַפֿעלקערונג האָט שוין לאַנג פֿאַרגעסן.
נאָך אַ סיבה, פֿאַר וואָס די באַלאַדעס זענען הײַנט אַזוי פּאָפּולער, ליגט אין דער טעמאַטיק: לידער וועגן טראַגישע ליבעס, אַלטע לעגענדעס, ביבלישע געשיכטעס, לאַנגע לידער וועגן נישט־געטרײַע מענער און פֿרויען, אאַז״וו. דער מוזיקער מענדילאָוו האָט גענומען עטלעכע פֿון די באַלאַדעס און זיי פּרעזענטירט אויפֿן קאָמפּאַקטל — אַ וועלט, וווּ די מעשׂיות קומען טאַקע פֿאָר: אַ מלכּה, וועלכע לויפֿט אַוועק מיט איר שקלאַף; אַ כּלה, וואָס לויפֿט אַוועק צו אַ שיף פֿול מיט מאַטראָסן און אַנדערע.
אויפֿן קאָמפּאַקטל הערט מען בלויז דעם מוזיקאַלישן טייל פֿון דער פֿאָרשטעלונג „מעשׂיות פֿון אַ פֿאַרגעסענעם קיניגרײַך‟, וועלכע נעמט אויך אַרײַן דערציילונגען און נאַראַציע, ווען מע זעט זי אויף דער בינע. מענדילאָוו, אַ ירושלימער, האָט געפֿאָרשט די ספֿרדישע מוזיקאַלישע קולטור, געפֿינענדיק זעלטענע פֿעלד־רעקאָרדירונגען אין דער ירושלימער „פֿאָנאָטעקע‟. ער האָט באַשלאָסן, אַז פֿאַר דעם הײַנטיקן עולם דאַרף מען דאָס פֿאָרשטעלן מיט אינסטרומענטן און פֿרישע אַראַנזשירונגען. „מיר האָבן אַרײַנגעלייגט אַ סך מי אין דער פֿאָרשונג, אָבער מיר האָבן צוגעגעבן אַן אַנדער סטיל די לידער, ווי מע הערט עס אין די רעקאָרדירונגען, כּדי די מעשׂיות זאָלן הײַנט קלינגען מער לעבעדיק‟, שרײַבט מענדילאָוו. די ספֿרדישע לידער פֿון סאַראַיעוואָ, באָסניאַ, האָבן אים מער פֿאַרכאַפּט פֿון אַלע, און די באַלקאַנישע השפּעה הערט מען בפֿירוש אין ס׳רובֿ לידער.
אַ טייל לידער האָט מען געשאַפֿן בעת דעם חורבן; איין קאָמפּאָזיציע „אָ, מײַנע ברידער‟ [O mis Hermanos] האָט מען אָנגעשריבן אין אוישוויץ. אַ סך פֿון די לידער, ווי מענדילאָוו טײַטשט זיי אויס, האָבן אַ גיכן ריטעם, אַפֿילו אויב די טעמע איז אַ טראַגישע.
דער אַנסאַמבל איז אַן אינטערנאַציאָנאַלער: דער ישׂראלי גיי מענדילאָוו זינגט און שפּילט גיטאַר; סאָפֿיע טאָסעלאָ פֿון אַרגענטינע איז די הויפּט־זינגערין; טאַרעק ראַנטיסי, אַ פּאַלעסטינער, איז דער פּײַקלער; דער אַמעריקאַנער אַנדי בערגמאַן שפּילט פֿאַרשיידענע בלאָז־אינסטרומענטן; טאָמאָקאָ אָמוראַ פֿון יאַפּאַן און קריס באַום פֿון אַמעריקע שפּילן פֿידל. ס’איז קלאָר, אַז די מוזיקער קענען שפּילן סײַ פֿאָלקמוזיק, סײַ דזשעז, סײַ „וועלט־מוזיק‟ — אַ קאַטעגאָריע, וואָס נעמט אַרײַן פּונקט אַזאַ זשאַנער, וווּ מע מאַכט איבער פֿאָלקמוזיק מיט נײַע אַראַנזשירונגען.
אין דער אינסטרומענטאַלער קאָמפּאָזיציע „קאָטשעק‟ [Cocek] לאָזן די מוזיקער זיך וווילגיין מיט לענגערע דזשעז־אימפּראָוויזאַציעס, אָבער די זאַמלונג נעמט אַרײַן, אַ חוץ דעם, געזונגענע לידער, און אַפֿילו, ווען מע פֿאַרשטייט נישט קיין לאַדינאָ, און אַפֿילו מיט די נישט־טראַדיציאָנעלע אַראַנזשירונגען, פֿילט מען דעם שטאַרקן עמאָציאָנעלן קערן אין יעדער שאַפֿונג.
צו הערן דאָס ליד „אָ, מײַנע ברידער‟, גיט אַ קוועטש דאָ:
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.