אַ ייִדישער נאָמען, פֿאַרבלאָנדזשעט

A Yiddish Name, Lost Among Strangers


פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published October 08, 2015, issue of October 30, 2015.

אין אַן אַרטיקל די וואָך אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟, שרײַבט אַ פּאַקיסטאַנער מוסולמענער, וואַדזשאַכאַט אַלי, וועגן די שוועריקייטן, וואָס ער האָט קינדווײַז מיטגעמאַכט, טראָגנדיק אַזאַ נאָמען דאָ אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. „פֿאַר וואָס איז דײַן נאָמען אַזוי שווער אַרויסצורעדן?‟ פֿלעגן די קינדער אין זײַן עלעמענטאַר־שול אים פֿרעגן.

מיט יאָרן שפּעטער, אַז ס׳איז געקומען די צײַט צו געבן זײַן אייגענעם זון אַ נאָמען, האָט ער, ווי אַ סך הײַנטיקע מוסולמענער, געוואָלט געבן זײַן קינד אַ מוסולמענישן נאָמען, כּדי ממשיך צו זײַן די קולטור פֿון זײַנע אָבֿות, אָבער אַנשטאָט אויסצוקלײַבן דעם נאָמען „מאָכאַמעד‟, וואָס בײַ אַ סך אַמעריקאַנער רופֿט עס הײַנט אַרויס אַן אַסאָציאַציע פֿון עקסטרעמיסטן און טעראָריסטן, האָט ער מיט זײַן פֿרוי אויסגעקליבן אַ נאָמען, וואָס איז גרינגער פֿאַר די אַמעריקאַנער צו פֿאַרדייען: איבראַהים.

בײַ געוויסע ייִדיש־רעדנדיקע משפּחות אין אַמעריקע קומט פֿאָר אַן ענלעכע זאַך. ס׳רובֿ ייִדישע עלטערן, וואָס גיבן זייער קינד אַ ייִדישן נאָמען, קלײַבן גלײַכצײַטיק אויס אַן ענגלישן עקוויוואַלענט: חיה הייסט, למשל, אויך Julia, און משה הייסט Michael. אויף דער מעטריקע שטייט געוויינטלעך בלויז דער ענגלישער נאָמען, בעת דעם ייִדישן הערט מען נאָר אין געציילטע מאָמענטן: ווען באָבע־זיידע רופֿן דאָס קינד; ווען מע מאַכט אויף אים, חלילה, אַ מי שברך, אָדער ווען מע רופֿט אים אָדער זי צו דער תּורה בײַם ווערן אַ בר־ אָדער בת־מיצווה.

די סיבה דערפֿאַר איז, ווײַל די עלטערן ווייסן, אַז ס׳רובֿ אַמעריקאַנער קענען נישט אַרויסרעדן אָדער פֿאַרגעדענקען אַ ייִדישן נאָמען. דאָ רעדט זיך, אַוודאי, נישט וועגן קינדער אין אַ ייִדיש־רעדנדיקער חסידישער קהילה, וווּ יעדער קען די נעמען חיה און משה, נאָר וועגן קינדער, וואָס לערנען זיך אין אַ מלוכישער שול, צוזאַמען מיט סעקולערע ייִדישע און נישט־ייִדישע קינדער.

איך בין אַליין געווען אַזאַ קינד. טאַטע־מאַמע האָבן געהאַלטן, אַז מע דאַרף זיך נישט שעמען מיטן ייִדישן אָפּשטאַם, און דערפֿאַר האָבן זיי מיר בלויז געגעבן דעם ייִדישן נאָמען רחל, שרײַבנדיק עס אויף ענגליש לויט דער ייִוואָ־טראַנסקריפּציע, Rukhl. די אַנדערע תּלמידים און לערער האָבן אָבער נישט געקענט אַרויסרעדן דעם „ח‟, האָבן אַ טייל מיך גערופֿן „ראָקל‟, און אַנדערע — „רוקל‟. קיין גרויס נחת פֿון מײַן ייִדישן נאָמען האָב איך נישט געשעפּט.

ווען איך האָב אַליין געהאַט קינדער, האָב איך — ווי וואַדזשאַכאַט אַלי — אָבער פֿאָרט געגעבן מײַנע קינדער ייִדישע נעמען, מיינענדיק, אַז אין די ייִדישע טאָגשולן, וווּ זיי וועלן זיך לערנען, וועלן זיי זיכער נישט זײַן די איינציקע וואָס הייסן יאַנקל, נפֿתּלי אָדער גדליה. כ׳האָב זיך אָבער טועה געווען. אַפֿילו אין אַן אָרטאָדאָקסישער שול זענען די נעמען שוין געווען פֿאַררעכנט פֿאַר „צו ייִדישלעך‟. אין די קאָרידאָרן האָט מען שוין געהערט נעמען פֿון אַן אַנדער שניט: אַריאל, אַרי און איתן…