מע זאָגט, אַז אַלץ קען געשען אין ניו־יאָרק, און צוליב די פֿאַרשידענע טיפּן, וואָס דרייען זיך אויף די ניו־יאָרקער גאַסן, איז עס קיין חידוש ניט, וואָס עס טרעפֿן זיך אַמאָל גאָר אומדערוואַרטע סצענעס. פֿאַרן אויפֿקום פֿון „יו־טוב‟ האָט מען וועגן ס׳רובֿ אַזעלכע פּאַסירונגען פּשוט ניט געוווּסט, אָבער הײַנט דערוויסן זיך מענטשן וועגן כּלערליי מאָדנע זאַכן, חדשים לאַנג נאָך דעם ווי זיי זענען פֿאָרגעקומען.
אַזוי איז געשען ווען עמעצער, וואָס באַנוצט זיך מיטן קאָנטע־נאָמען Yong Hoon Jee, האָט אַרויפֿגעשטעלט אַ פֿילם וועגן זיך, אין וועלכן ער זינגט „ירושלים של זהבֿ‟ פֿאַר אַ גרופּע חסידישע קינדער אויף דער גאַס אין וויליאַמסבורג. צוליב דעם וואָס דער טיטל פֿונעם פֿילם אויף „יו־טוב‟ איז סתּם WP20141227003 און די באַשרײַבונג איז בלויז אויף קאָרעיִש, האָט עס גענומען לאַנגע חדשים, ביז די פֿרומע „בלאָגערס‟ האָבן אַנטדעקט דעם קורצן עפּיזאָד.
אויפֿן פּאָפּולערן חסידישן בלאָג „גרונטיג‟ שרײַבט מען, למשל, סתּם אַז „אַ טוריסט שטעלט פֿאָר אַ קאָנצערט בחינם פֿאַר עטלעכע נימאס־געוואָרענע קינדער, וואָס זיצן אין דרויסן פֿון אַ סאַטמאַרער־שיל אין וויליאַמסבורג, און זינגט ׳ירושלים של זהבֿ‟.
אַז מע פֿאָרשט אָבער אַ ביסל מער אויס דעם פֿילם, געפֿינט מען, אַז דער זינגער איז געווען מער ווי אַ צופֿעליקער טוריסט. אינעם פֿילם, נאָך דעם, וואָס דער מאַן הערט אויף צו זינגען, זאָגט ער, אַז „מיר וועלן אײַך זען אין גן־עדן‟.
אַזעלכע מאָדנע רייד וואָלט מען אפֿשר געקענט דערקלערן ווי עפּעס אַן אומגעלומפּערטע געזעגענונג פֿון עמעצן, וואָס קען ניט אַזוי גוט ענגליש. אַז מע גיט אָבער אַ קוק אויף די אַנדערע פֿילמען, וואָס דער „יו־טוב‟־באַניצטער Yong Hoon Jee האָט אַרויפֿגעשטעלט, זעט מען, אַז ער איז אַ פֿרומער קריסט. אין איין עפּיזאָד, וואָס ער האָט אַ נאָמען געגעבן אויף קאָרעיִש „גאָט שענקט אַ ניטל־מתּנה די ברוקלינער ייִדן‟, זעט מען ווי ער פּריידיקט גלײַך אויף דער גאַס ווען עס גייען פֿאַרבײַ חסידים.
אין אַן אַנדער עפּיזאָד הערט מען ווי ער דערקלערט אויף אַ בריק אין וויליאַמסבורג אויף ענגליש, אַז דער „פּסח של משיח‟ איז געווען „יהושע‟, וואָס איז געשטאָרבן אויפֿן צלם. פֿון דעם קען מען וויסן גענוי, אַז ער איז אַ קאָרעיִשער מיסיאָנער, וואָס זײַן אַרבעט צילעוועט זיך ספּעציפֿיש אויף פֿרומע ייִדן.
עמעצער דאַרף אים אָבער, דערקלערן, אַז דאָס ליד „ירושלים של זהבֿ‟ איז בײַ ס׳רובֿ חסידים אין גאַנצן טרייף, צוליב די ציוניסטישע וואָרצלען. דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, שוין אָפּגערעדט פֿונעם געדאַנק, אַז יעזוס זאָל זײַן דער „פּסח של משיח‟…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.