אַ מחלוקת איבער אַ באַרימטן אַרכיוו פֿון דער געשיכטע פֿון דער אָלימפּיאַדע האָט לעצטנס אַרײַנגעצויגן אַ צאָל ייִדישע אַקאַדעמיקער, וואָס האַלטן, אַז געוויסע דאָקומענטן אינעם אַרכיוו קאָנען אפֿשר אַנטפּלעקן אינפֿאָרמאַציע וועגן די טרויעריק־באַרימטע נאַצי־מאַטשן אין בערלין אין 1936, און דער שחיטה פֿון 11 ישׂראלדיקע אַטלעטן אין מינכן אין 1972.
במשך פֿון די לעצטע פּאָר חדשים האָבן צוויי אָנגעזעענע היסטאָריקער פֿונעם חורבן, מײַקל בירנבוים און דבֿורה ליפּשטאַדט, געשריבן אַ בריוו צו מאַק׳גיל־אוניווערסיטעט אין מאָנטרעאָל, וווּ עס ליגט הײַנט די „אָלימפּיאַדע־זאַמלונג אויפֿן נאָמען פֿון ריטשאַרד פּאַונד‟, פֿאָדערנדיק בײַ דער אינסטיטוציע צו פּובליקירן דעם אַרכיוו.
דער דרוק פֿון די פּראָמינענטע ייִדישע פֿיגורן איז דער נײַסטער קאַפּיטל פֿון אַ יאָרן־לאַנגער קאַמפּאַניע מצד סטיווען אונגערלײַדער, אַ פּסיכאָלאָג און שרײַבער אין יודזשין, אָרעגאַן, וועלכער האָט שוין אַליין געשאָנקען מיליאָנען דאָלאַר און אָנגעהויבן צוויי אָנקלאָגן אין געריכט, כּדי מע זאָל דעם אַרכיוו פֿאַרעפֿנטלעכן. אונגערלײַדער, וואָס האָט נישט געוואָלט רעדן מיטן „פֿאָרווערטס‟ וועגן דעם אַרכיוו, האָט איבערצײַגט די ייִדישע היסטאָריקער, אַז דער אַרכיוו האָט אפֿשר דאָקומענטן אין שײַכות מיט דער מינכנער שחיטה, ווי אויך אַ צאָל בריוו פֿונעם נאַצישן פֿילמאָגראַף, לעני ריפֿענשטאַל, וואָס האָט פֿילמירט די אָלימפּיאַדע פֿון 1936.
נישט בלויז די ייִדישע אַקאַדעמיקער זענען פֿרוסטרירט איבער מאַק׳גילס אָפּזאָגן זיך צו עפֿענען דעם אַרכיוו. אַפֿילו ריטשאַרד פּאַונד, וועלכער האָט געשאָנקען דעם אוניווערסיטעט די זאַמלונג, איז געפּלעפֿט וועגן מאַק׳גילס אומבייגעוודיקייט. „לויט מײַן מיינונג, ליגן דאָרט נישט קיין סודות,‟ האָט פּאַונד, אַ געוועזענער וויצע־פּרעזידענט פֿונעם „אינטערנאַציאָנאַלן אָלימפּיאַדע־קאָמיטעט‟ געזאָגט. „ס׳איז דאָך נישט קיין ענין פֿון דער נוקלעאַרער וויסנשאַפֿט.‟
פּאַונדס זאַמלונג נעמט אַרײַן 400,000 דאָקומענטן, וועלכע דעקן די פֿערציק יאָר, וואָס ער האָט געדינט אויפֿן קאָמיטעט, אָנהייבנדיק פֿון 1968. פּאַונד זאָגט, אַז ער האָט געשאָנקען מאַק׳גיל די מאַטעריאַלן, מיינענדיק, אַז מע וועט זיי מאַכן צוטריטלעך צום ברייטן עולם.
פּאַונד, וועלכער האָט געדינט ווי דער קאַנצלער פֿון מאַק׳גיל ביז 2009, האָט געגעבן דער אינסטיטוציע די מאַטעריאַלן, אָנהייבנדיק פֿון 2006. אָבער דער אוניווערסיטעט, וואָס פּאַונד זאָגט אַז ער נייטיקט זיך הײַנט שטאַרק אין פֿאָנדן, האָט נישט געהאַט דעם פּערסאָנאַל און די פֿינאַנצן צו אַראַנזשירן, קאַטאַלאָגיזירן און דיגיטיזירן די זאַמלונג.
אין 2009 האָט אונגערלײַדער, דער מחבר פֿון זעקס ביכער וועגן ספּאָרט, איבערצײַגט מאַק׳גיל צו לײַען זײַן אַלמאַ מאַטער, דער טעקסאַסער אוניווערסיטעט, דעם אַרכיוו אויף פֿינף יאָר. דער טעקסאַסער אוניווערסיטעט האָט צוגעזאָגט צו פֿינאַנצירן אַ לעגאַלן איבערזוכט פֿון דער זאַמלונג, עס צו קאַטאַלאָגירן און דיגיטאַזירן. זײַן אָרגאַניזאַציע, „די פֿונדאַציע פֿאַר דער אַנטוויקלונג פֿון אַלוועלטלעכער ספּאָרט און מעדיאַ‟, האָט געגעבן דעם אוניווערסיטעט 3 מיליאָן דאָלאַר פֿאַר דער דיגיטיזאַציע.
מיט דער צײַט האָבן זיך אָבער אָפּגעקילט די באַציִונגען צווישן אונגערלײַדער און דעם טעקסאַסער אוניווערסיטעט, נאָך דעם ווי אונגערלײַדער האָט געהאַלטן אין איין דריקן אויף דער אינסטיטוציע צו פֿאַרעפֿנטלעכן דעם אַרכיוו.
פּאַונד האָט געזאָגט, אַז ער אַליין האָט דעמאָלט געפֿירט פֿאַרהאַנדלונגען מיט די אַדוואָקאַטן פֿונעם טעקסאַסער אוניווערסיטעט, וואָס האָבן זיך געזאָרגט וועגן פּאָטענציעלע לעגאַלע פּראָבלעמען מיט אַ טייל פֿון די מאַטעריאַלן, ווײַל זיי האָבן אַ שײַכות צו מענטשן, וואָס לעבן נאָך. עטלעכע חדשים שפּעטער האָט אונגערלײַדערס פֿונדאַציע אָנגעקלאָגט דעם טעקסאַסער אוניווערסיטעט, פֿאָדערנדיק אַז מע זאָל אים אומקערן די 3 מיליאָן דאָלאַר און אַז מע זאָל תּיכּף פּובליקירן דעם אַרכיוו.
צום סוף זענען ביידע צדדים געקומען צו אַן אויסגלײַך; דער אוניווערסיטעט האָט מסכּים געווען צו באַצאָלן דער פֿונדאַציע $400,000, און האָט אומגעקערט די זאַמלונג צו מאַק׳גיל, וווּ זייערע באַאַמטע טענהן איצט, אַז זיי קענען נישט עפֿענען דעם אַרכיוו ביז זייערע אייגענע אַדוואָקאַטן וועלן נישט איבערקוקן און רעדאַקטירן, אויב נייטיק, יעדן דאָקומענט באַזונדער.
קאָלין קוק, דער דעקאַן פֿון די מאַק׳גיל־ביבליאָטעקן, זאָגט, אַז זי וואָלט געוואָלט פֿאַרעפֿנטלעכן אַלע דאָקומענטן, וואָס זענען נישט עובֿר אויף פּריוואַטקייט־ און דרוקרעכט־געזעצן, אָבער דאָס איז אַ ריזיקע אַרבעט, וואָס מאַק׳גיל קאָן איצט נישט דורכפֿירן, צוליב אַ דוחק פֿון פּערסאָנאַל און געלט.
ליפּשטאַדט, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון חורבן־שטודיעס אין עמאָרי־אוניווערסיטעט, זאָגט, אַז ס׳איז זייער וויכטיק, אַז מאַק׳גיל זאָל דערלויבן צוטריט צום אַרכיוו. „ווען אַן אוניווערסיטעט נעמט אָן אַ זאַמלונג, טאָר ער זי נישט באַהאַלטן אין אַ שאַפֿע, און פֿאַרשליסן,‟ האָט זי געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.