ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News From Buenos Aires

ד״ר מרדכי יושקאָװסקי, דער געװעזענער דירעקטאָר פֿון דער ייִדיש־אינסטאַנץ אין ישׂראל, איז איינער פֿון די גאַסט־רעפֿעראַנטן אינעם ערשטן אַרגענטינער אינטערנאַציאָנאַלן סעמינאַר פֿון ייִדישער שפּראַך און קולטור
Facebook
ד״ר מרדכי יושקאָװסקי, דער געװעזענער דירעקטאָר פֿון דער ייִדיש־אינסטאַנץ אין ישׂראל, איז איינער פֿון די גאַסט־רעפֿעראַנטן אינעם ערשטן אַרגענטינער אינטערנאַציאָנאַלן סעמינאַר פֿון ייִדישער שפּראַך און קולטור

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published October 08, 2015, issue of October 30, 2015.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

ייִוואָ: דער ערשטער אינטערנאַציאָנאַלער סעמינאַר פֿון ייִדישער שפּראַך און קולטור

מיטװאָך, דעם 7טן אָקטאָבער איז אין הויז פֿון אַרגענטינער ייִװאָ, דערעפֿנט געװאָרן דער ערשטער אינטערנאַציאָנאַלער סעמינאַר פֿון ייִדישער שפּראַך און קולטור, אָרגאַניזירט מיטן ברייטן בײַטראָג פֿון װילנער ייִדיש־צענטער פֿון ייִדישן װעלט־קאָנגרעס.

מיט װערטער פֿונעם ייִוואָ־דירעקטאָר, אַ באַגריסונג־װאָרט פֿון ראָבערטאָ בראָזשטאָװסקי, פֿאָרשטייער פֿון לאַטײַן־אַמעריקאַנער קאָנגרעס און פֿון פֿאָרזיצער פֿון ייִװאָ, כאַצקל האַנסמאַן, האָבן זיך אָנגעהויבן די לעקציעס, װאָס װעלן געהאַלטן װערן אויף ייִדיש מיט איבערזעצונגען אויף שפּאַניש, ספּעציעל פֿאַר די אַקאַדעמיקערס און סטודענטן, װאָס קענען נאָך ניט קיין ייִדיש. די לעקטאָרן זײַנען ד״ר מרדכי יושקאָװסקי, געװעזענער דירעקטאָר פֿון דער ייִדיש־אינסטאַנץ אין ישׂראל און אינספּעקטאָר פֿאַר ייִדיש אינעם ישׂראלדיקן בילדונגס־מיניסטעריום, און ד״ר װאָלף מאָסקאָװיטש, באַקאַנטער לינגװיסט און סלאַװיסט. זיי זײַנען ספּעציעל געקומען פֿון ישׂראל. די זינגערין מאַרטינאַ יעקובאָװיטש װעט געבן דרײַ קאָנצערטן מיט דערקלערונגען פֿון ד״ר יושקאָװסקי. דער סעמינאַר װעט דויערן ביז זונטיק, דעם 11טן אָקטאָבער און די קומענדיקע װאָך װעל איך ברייט איבערגעבן װעגן דעם אינהאַלט פֿון די 6 לעקציעס און 3 קאָנצערטן.


אַן אָוונט פֿון סאָלידאַריטעט

דאָנערשטיק, דעם 8טן אָקטאָבער, האָט די בוענאָס־אײַרעסער קהילה דורכגעפֿירט איר אַכטע סאָלידאַריטעט־װעטשערע, װאָס איז פֿאַרװאַנדלט געװאָרן אין איינער פֿון די גרעסטע אונטערנעמונגען אין שטאָט. די אײַנקונפֿטן דערמעגלעכן צו פֿאַרשטאַרקן אירע סאָציאַלע, קולטורעלע און דערציִונג־פּראָיעקטן. איבער 5,000 מענטשן געניסן אין אַרגענטינע פֿון דער סאָלידאַרער אַרבעט פֿון דער קהילה; איבער 1,500 מענטשן האָט מען באַזאָרגט מיט אַרבעט; 15,000 מענטשן האָבן באַקומען פּראָפֿעסיאָנעלע צוגרייטונג און הילף צו קריגן אַרבעט; 2,500 עלטערע מענטשן באַזוכן די צענטערס פֿאַרן עלטערן דור, און 120,000 מענטשן באַטייליקן זיך אויף די לעקציעס און קאָנצערטן, װאָס דער קולטור־דעפּאַרטאַמענט אָרגאַניזירט. איבער 3,000 מענטשן האָבן זיך פֿאַרװײַלט און זיך בײַגעשטײַערט, און ספּעציעל פֿאַרבעטענע געסט פֿון אַלע ריכטונגען פֿון דער נאַציאָנאַלער פּאָליטיק, קינסטלערס און ספּאָרט־לײַט זײַנען בײַגעװען אויף דעם אָװנט, װאָס איז ברייט אָפּגעשפּיגלט געװאָרן אין דער פּרעסע און טעלעװיזיע.


די דריטע פּרעמיע — פֿאַר דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה

די בוענאָס־אײַרעסער קהילה האָט באַקומען די דריטע פּרעמיע פֿון דער פֿונדאַציע „אַסטוריער פּרינצעסין‟ אין אָװיעדאָ, שפּאַניע. צװישן 27 אויסגעקליבענע פֿון הונדערטער אינסטיטוציעס איבער דער גאָרער װעלט, איז איר פֿאַרטיילט געװאָרן די פּרעמיע פֿאַר דער פֿאַרטיידיקונג פֿון מענטשן־רעכט, איר קולטור־, סאָציאַלער און הומאַניטאַרער טעטיקייט.


בראַזיל: דער ערשטער קאָנסערװאַטיװער ראַבינער באַקומט סמיכה

דער ערשטער קאָנסערװאַטיװער ראַבינער האָט באַקומען סמיכה אין בראַזיל. יהודה גיטעלמאַן, װאָס האָט אָנגעפֿירט סײַ אין פּאָרטאָ־אַלעגרע, סײַ אין סאַן־פּאַולאָ מיט קאָנסערװאַטיװע טעמפּלען די לעצטע 20 יאָר, האָט אין זײַן דרשה דערמאָנט זײַן ערשטן לערער, דעם פֿאַרשטאָרבענעם ראַבינער מאַרשאַל מייער; דעם בית־דין, װאָס האָט אים געגעבן סמיכה, און גערעדט װעגן דער װיכטיקייט פֿון דער רעליגיעזער טעטיקייט אין בראַזיל די לעצטע 400 יאָר.


די אַטענטאַט־קאַשע קאָכט זיך ווײַטער

אויף דעם מישפּט פֿאַר די באַשולדיקטע אין פֿאַרדעקן די, װעלכע האָבן דורכגעפֿירט דעם אַטענטאַט אויף דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה, האָט דאָנערשטיק, דעם 24סטן סעפּטעמבער געזאָגט עדות דער באַשולדיקטער אין האָבן פֿאַרקויפֿט דעם אויטאָ די טעראָריסטן, מיט װעלכן מען האָט אויפֿגעריסן דעם בנין.

טעליעלדין האָט דערקלערט, אַז ניסמאַן, װאָס איז דעמאָלט געװען דער פּראָקוראָר, האָט אים פֿאָרגעלייגט אין 2003, אַז אויב ער װעט באַשולדיקן דעם געװעזענעם פּאָליציי־שעף ריבעלי, װעט ער אים באַפֿרײַען פֿון די באַשולדיקונגען. טעליעלדין האָט גראַדויִרט אין תּפֿיסה װי אַן אַדװאָקאַט און איז איצט דער, װאָס באַשולדיקט דעם געװעזענעם פּרעזידענט מענעם און דעם דעמאָלטיקן פּרעזידענט פֿון דער „דאַיאַ‟, ראובֿן ברכּה. ער האָט אָנערקענט, אַז אַ סך זאַכן, װאָס ער האָט פֿריִער דערקלערט, זײַנען ליגנס, נאָר איצט זאָגט ער דעם אמת.

די שפּיאָנען, װאָס די אַרגענטינער רעגירונג האָט באַזײַטיקט, װערן אַרומגעזוכט דורכן „אינטערפּאָל‟ אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, כּדי זיי זאָלן זיך צושטעלן אין געריכט, װײַל זיי האָבן אינפֿאָרמאַציעס װעגן דעם אַטענטאַט און אויך װעגן ניסמאַנס טויט. די אַרגענטינער פּרעזידענטין האָט זיך אַרויסגעזאָגט אַז, אויב אַמעריקע װעט נישט געפֿינען אַנטאָניאָ סטיוסאָן, דער שעף פֿון די שפּיאָנען, שטעלט זי אין געפֿאַר די באַציִונגען צװישן ביידע מדינות. די קאַשע קאָכט זיך ווײַטער, נאָך 21 יאָר.


רעפֿעראַט: װי אַזוי דער חורבן װירקט הײַנט־צו־טאָג אין אייראָפּע

נתן שנײַדער, פּראָפֿעסאָר פֿון תּל־אָבֿיבֿער אוניװערסיטעט, װאָס האָט געשריבן זײַן דאָקטאָראַט אין קאָלאָמביע־אוניװערסיטעט, האָט געהאַלטן אַ לעקציע מיטװאָך, דעם 7טן אָקטאָבער, אין דעם אוניװערסיטאַרן צענטער „זשינאָ זערמאַני‟. זײַן טעמע אַיז געװען „די קאָנסטרוקציע פֿונעם זכּרון און װי אַזוי דער חורבן װירקט הײַנט־צו־טאָג אין אייראָפּע‟. ער האָט געהאַלטן זײַן לעקציע אין דעם דעפּאַרטאַמענט, װעלכער פֿאָרשט, װאָס איז פֿאָרגעקומען אין אַרגענטינע בעת דער מיליטערישער דיקטאַטוט, װוּ 30,000 מענטשן זײַנען פֿאַרשװוּנדן געוואָרן. מיטן דעפּאַרטאַמענט פֿירט אָן דער פֿאָרשער װיקטאָר קרענגעל, און די טעזע איז געװען, אַז די אַרגענטינער מיליטער־לײַט האָבן זיך באַניצט מיט נאַצישער מעטאָדאָלאָגיע. דער לעקטאָר האָט אויך אַנאַליזירט װאָס ס‘קומט פֿאָר אין דײַטשלאַנד, שפּאַניע און פּוילן אויפֿן דערציִערישן געביט.