ייִדן־סובאָטניקעס

Jewish Subbotniks

הכנסת־ספֿר־תּורה אינעם דאָרף וויסאָקי פֿון דער וואָראָנעזשער געגנט, רוסלאַנד. יוני 2014
הכנסת־ספֿר־תּורה אינעם דאָרף וויסאָקי פֿון דער וואָראָנעזשער געגנט, רוסלאַנד. יוני 2014

פֿון וועלוול טשערנין

Published October 11, 2015, issue of October 30, 2015.

סוף 18טן יאָרהונדערט, ווען ווי אַ פּועל־יוצא פֿונעם צעטיילן פּוילן זײַנען אין באַשטאַנד פֿון דער רוסלענדישער אימפּעריע אַרײַן רחבֿותדיקע טעריטאָריעס מיט אַ גרויסער אַשכּנזישער ייִדישער באַפֿעלקערונג, האָבן די סובאָטניקעס שוין עקזיסטירט ווי אַ באַזונדערע קאָנפֿעסיאָנאַלע גרופּע. עס זײַנען פֿאַראַן צוויי עיקרדיקע היפּאָטעזעס לגבי זייער אָפּשטאַם:

ערשטנס, איז דאָס אַ גרופּע, וואָס איז אַנטשאַנען אומאָפּהענגיק אינעם שויס פֿונעם רוסישן קריסטנטום, װי אַ רעזולטאַט פֿון זוכן דעם געטלעכן אמת, און בהדרגהדיק האָט זי אין גאַנצן אָפּגעריסן אַלע פֿאַרבינדונגען מיטן קריסטנטום און איז אַריבער צו אַ מין פּרימיטיווער ייִדישקייט — אָן לשון־קודש, אָן תּלמוד, נאָר מיטן תּנ״ך אין דער אַלט־סלאַווישער איבערזעצונג, און דער עיקר, מיטן היטן שבת. פֿון דאַנען, אייגנטלעך, שטאַמט דער נאָמען פֿון דער גרופּע, ווײַל שבת קלינגט אויף רוסיש, „סובאָטאַ‟.

צווייטנס, איז דאָס אַ גרופּע פֿון אַ ייִדישן אָפּשטאַם, וועלכע איז אַ לענגערע צײַט געווען אָפּגעריסן פֿון די ייִדישע רעליגיעזע צענטערס און, צוליב שווערע רדיפֿות, געצוווּנגען געוואָרן צו באַהאַלטן איר אמתן גלױבן, און װײַטער זיך אַסימילירט שפּראַכלעך און קולטורעל מיט די רוסן; אָבער פֿאָרט אָפּגעהיט, לכל־הפּחות טיילווײַז, דאָס ייִדישע גלויבן. זײערע אָבֿות האָבן געקאָנט זײַן, למשל, אַשכּנזישע ייִדן, געבראַכט װי קריגס־געפֿאַנגענע קיין רוסלאַנד פֿון רײַסן, בעת דער מלחמה צווישן מאָסקאָוויע און פּוילן אין 1654 — 1667.

אַזוי צי אַנדערש, אָבער אינעם 19טן יאָרהונדערט איז פֿאָרגעקומען אַן אינטענסיווער דערנעטערונג־פּראָצעס פֿון דער רעליגיעזער פּראַקטיק בײַ די סובאָטניקעס מיט דער נאָרמאַטיווער ייִדישקייט, און אַ פֿאָרמירונג פֿון צוויי קאָנפֿעסיאָנאַלע סוב־גרופּעס פֿון סובאָטניקעס: „גרים‟ (מע האָט זיי אויך גערופֿן „תּלמודיסטן‟) און סובאָטניקעס־קאַראַיִמער. די ערשטע זײַנען געגאַנגען אויפֿן וועג פֿונעם פֿולן איבערגאַנג צו דער תּלמודיסטישער ייִדישקייט לויט איר אַשכּנזישן נוסח, און די צווייטע האָבן ניט אויפֿגענומען די תּורה שבעל־פּה און געפּרוּווט געפֿינען פֿאַר זיך אין דער ייִדישער וועלט אַ מוסטער פֿאַרן נאָכמאַכן אים בצורת־קאַראַיִמישן שטראָם אין דער ייִדישקייט.

דענקמאָל פֿון אַלכּסנדר זײַדן אויפֿן אָרט, וווּ ער איז אומגעקומען – אויפֿן באַרג שייך־אַברעק אין עמק־יזרעאל. דער גרויסער אַמעריקאַנער ייִדישער דיכטער ה.לייוויק האָט געווידמעט אַלכּסנדר זײַדן אַ פּאָעמע און אָנגערופֿן זי טאַקע „אויפֿן באַרג שייך־אַברעק”
דענקמאָל פֿון אַלכּסנדר זײַדן אויפֿן אָרט, וווּ ער איז אומגעקומען – אויפֿן באַרג שייך־אַברעק אין עמק־יזרעאל. דער גרויסער אַמעריקאַנער ייִדישער דיכטער ה.לייוויק האָט געווידמעט אַלכּסנדר זײַדן אַ פּאָעמע און אָנגערופֿן זי טאַקע „אויפֿן באַרג שייך־אַברעק”

די סובאָטניקעס־„גרים‟ האָבן געשיקט זייערע זין אין די ישיבֿות און אײַנגעלאַדן אין זייערע קהילות אַשכּנזים װי מלמדים, רבנים, חזנים און שוחטים. במשך פֿון דורות זײַנען געווען אויך פֿאַלן פֿון חתונות צווישן די סובאָטניקעס־„גרים‟ מיט די ייִדן־אַשכּנזים און מיט די קאַווקאַזער (באַרג־ייִדן). פֿון אַן אַשכּנזישן פֿאָטער און אַ מאַמע אַ סובאָטניצע איז, למשל, געבוירן געוואָרן אַלכּסנדר זײַד (1886־1938), איינער פֿון די גרינדער פֿון דער ייִדישער זעלבסטשוץ אין ארץ־ישׂראל, וועלכער איז נאָך בײַם לעבן געוואָרן אַ ציוניסטישע לעגענדע.

פֿון סאַמע אָנהייב אָן זײַנען די סובאָטניקעס גערודפֿט געוואָרן מצד דער רוסישער מאַכט, וועלכע האָט געזען אין זיי „אָפּטריניקע‟ פֿונעם קריסטלעכן גלויבן. אין די סוף 20ער יאָרן פֿונעם 19טן יאָרהונדערט זײַנען ס’רובֿ סובאָטניקעס, וועלכע האָבן זיך אָפּגעזאָגט פֿון שמד, פֿאַרטריבן געוואָרן פֿונעם אייראָפּעיִשן חלק פֿון רוסלאַנד קיין סיביר און קאַווקאַז. אויף אַזאַ אויף זײַנען אַנשטאַנען נײַע קהילות פֿון סובאָטניקעס אין אָט די ווײַטע ראַיאָנען.

בלויז אין יאָר 1905 האָט דער רוסישער קיסר אַרויסגעגעבן אַ „מאַניפֿעסט וועגן געוויסן־פֿרײַהייט‟, וועלכער האָט צווישן אַנדערס אָפֿיציעל אָפּגעשטעלט די רעליגיעזע רדיפֿות אױף די סובאָטניקעס. דעמאָלט האָבן זיי באַקומען אַ מעגלעכקייט צו רעגיסטרירן אָפֿיציעל זייערע קהילות. הגם פֿאָרמעל האָבן די סובאָטניקעס געדאַרפֿט, לויט אָט דעם „מאַניפֿעסט‟, באַקומען גלײַכע רעכט מיט די קריסטן, האָבן די אָרטיקע רוסישע באַאַמטע געהאַט אַ טענדענץ זיך באַציִען צו זיי ווי צו „נײַע זשידעס‟, און פֿאַרשפּרייטן אויף זיי די באַגרענעצונגען, וואָס זײַנען געווען אַרויפֿגעלייגט אויף די ייִדן דורך די רוסישע געזעצן.

מצבֿה אויפֿן בית־עלמין פֿון די סובאָטניקעס אינעם דאָרף סטאַראַיאַ זימאַ, סיביר, יולי 2015
מצבֿה אויפֿן בית־עלמין פֿון די סובאָטניקעס אינעם דאָרף סטאַראַיאַ זימאַ, סיביר, יולי 2015

די סובאָטניקעס זײַנען עולה געווען קיין ארץ־ישׂראל נאָך פֿאַר דער חיבֿת־ציון־באַוועגונג, שוין אָפּגערעדט וועגן דעם פּאָליטישן ציוניזם. אַזוי, למשל, האָט די ירושלימער העברעיִשע צײַטונג „חבֿצלת‟ פֿאַרעפֿנטלעכט אַ נאָטיץ פֿון ישׂראל־דבֿ פֿרומקין (כ’’א באָדר א’, יאָר תרל’’ה, 1875), וווּ עס גייט אַ רייד וועגן „גרי־צדק ממשפּחת הסובאָטניקעס‟, וועלכע זײַנען עולה געווען און זוכן אַ מעגלעכקייט זיך צו פֿאַרנעמען מיט לאַנדווירטשאַפֿט אין ארץ־ישׂראל. אַ סך צענדליקער משפּחות פֿון די סובאָטניקעס זײַנען עולה געווען קיין ארץ־ישׂראל אין סוף 19טן, אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט. אַ באַזונדערס וויכטיקע ראָלע האָבן זיי אָפּגעשפּילט אינעם שאַפֿן די ייִדישע לאַנדווירטשאַפֿלעכע קאָלאָניעס אין גליל. ברייט באַוווּסט זײַנען דעמאָלט געווען די משפּחות פֿון די סובאָטניקעס אַבֿרהם קוראַקין און יואבֿ דובראָווין.

זינט דעמאָלט אָן האָבן זיך די אָפּשטאַמיקע פֿון יענע סובאָטניקעס אויסגעמישט אין ארץ־ישׂראל מיט אַנדערע ייִדן; אין אַ סך פֿאַלן האָבן זיי העברעיִזירט זייערע פֿאַמיליע־נעמען און גלײַך ווי נעלם געוואָרן.

אין ראַטן־פֿאַרבאַנד האָבן די סובאָטניקעס געשפּילט אַ געוויסע ראָלע אינעם שאַפֿן אין די 1920ער־1930ער יאָרן, ייִדישע „קאָלכאָזן‟ אין קרים און אין אַנדערע ראַיאָנען. אָבער די אַגרעסיווע אַנטי־רעליגיעזע פּאָליטיק, וועלכע איז געפֿירט געווען אין ראַטן־פֿאַרבאַנד אין משך פֿון אַ סך יאָרצענדליקער, האָט געבראַכט צו דער אַסימילאַציע פֿון די סובאָטניקעס. זייער צאָל האָט זיך שטאַרק פֿאַרקלענערט. ניט געקוקט אויף דעם, האָבן זיי אַקטיוו זיך באַטייליקט אינעם קאַמף פֿונעם סאָוועטישן ייִדנטום פֿאַר עליה קיין ישׂראל אין די 1960ער־1980ער יאָרן. די סובאָטניקעס, וועלכע זײַנען עולה געווען אין די 1980ער־1990ער יאָרן פֿון רוסלאַנד, גרוזיע און אוקראַיִנע, האָבן געגרינדעט ניט ווײַט פֿון דער שטאָט יריחו אַ רעליגיעזן קיבוץ ייט״ב. ביזן הײַנטיקן טאָג רעדן דאָרט אַלע עלטערע און מיטל־יעריקע תּושבֿים אויף רוסיש.

אַ גרופּע סובאָטניקעס אין דער אָדעסער געגנט פֿון אוקראַינע. נאָוועמבער 2014
אַ גרופּע סובאָטניקעס אין דער אָדעסער געגנט פֿון אוקראַינע. נאָוועמבער 2014

אין פֿאַרשיידענע ערטער פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד זײַנען נאָך געבליבן אַריבער צען טויזנט סובאָטניקעס־„גרים‟, וועלכע היטן אָפּ זייער רעליגיעזע אידענטיטעט. אין ירושלים עקזיסטירט אַן אינסטיטוציע „שבֿי־ישׂראל‟, וועלכע איז געגרינדעט געוואָרן דורכן אַמעריקאַנער ייִד מיכאל פֿרוינד, כּדי צו העלפֿן פֿאַרשיידענע „פֿאַרלױרענע שבֿטים‟ פֿון עם־ישׂראל זיך אומקערן צום ייִדישן שטאַם. אין שליחות פֿון דער־אָ אינסטיטוציע האָב איך באַזוכט אַ גאַנצע ריי קהילות פֿון די סובאָטניקעס, וואָס בלײַבן דערווײַל אינעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, בתוכם אין אוקראַיִנע, וווּ זייער לעבן ווערט איצט באַדראָט פֿון דער מלחמה.

מיט צען יאָר צוריק האָט הרבנות־הראשית פֿון מדינת־ישׂראל אויסגעדריקט ספֿקות לגבי דער ייִדישקייט פֿון די „גרים‟־סובאָטניקעס און דאָס האָט אָפּגעשטעלט די עליה פֿון דער עדה קיין ישׂראל. איך פֿאַרליר אָבער ניט קײן האָפֿענונג, אַז די ישׂראלדיקע רעגירונג וועט, סוף־כּל־סוף, זיך געבן אַן עצה, און דעמאָלט וועלן מיר קענען זאָגן אויך לגבי די „גרים‟־סובאָטניקעס: „ושבֿו בנים לגבֿולם‟, און אונדזערע זין האָבן זיך אומגעקערט אַהײם.