ווידעאָ: ליפּא שמעלצער דערהײַנטיקט אַ שלאַגער

Video: Lipa Schmeltzer Updates a Classic


פֿון דער „פֿאָרווערטס‟ רעדאַקציע

Published October 11, 2015, issue of October 30, 2015.

ס׳איז לעצטנס אַרויפֿגעשטעלט געוואָרן אויף „יו־טוב‟ אַ מוזיק־ווידעאָ, וואָס שטעלט פֿאָר דאָס באַקאַנטע ליד „שיין ווי די לבֿנה‟ — אָבער מיט אַ נײַער מעלאָדיע.

דאָס ליד ווערט געזונגען פֿונעם חסידישן פּאָפּ־שטערן ליפּא שמעלצער, באַגלייט פֿון דער „שארית־הפּליטה קאַפּעליע‟ — צוויי לעבן געבליבענע פֿונעם חורבן, וועלכע טרעטן הײַנט אויף אין לאָקאַלן איבער פֿלאָרידע מיט ייִדישע לידער און קלעזמער־מעלאָדיעס. שאול דרייער, 89 יאָר אַלט, שפּילט פּויקן, און ראובֿן סאָסנאָוויטש, 84 יאָר — דעם אַקאָרדיאָן.

כאָטש ס׳איז נישט באַקאַנט, ווען דאָס ליד „שיין ווי די לבֿנה‟ איז געשריבן געוואָרן, האַלט מען, אַז בערך די שפּעטע 1930ער יאָרן. דעם טעקסט האָט אָנגעשריבן חיים טאַובער, די מעלאָדיע — יוסף רומשינסקי. דאָס ליד איז פּאָפּולאַריזירט געוואָרן דורכן באַרימטן דועט, די „באַרי שוועסטער‟, וועלכע האָבן מיט זייער יונגער שפּרודלדיקייט באַוויזן דעם ברייטן עולם, אַז ייִדיש געזאַנג איז נישט בלויז אַן איבערבלײַב פֿון דער „אַלטער היים‟, אָבער אַז מע קען עס אויך צופּאַסן צו די מאָדערנע אַמעריקאַנער דזשעז־באַווירקטע ריטמען.

מע קען זאָגן, אַז דאָס וואָס די באַרי שוועסטער האָבן געטאָן פֿאַר „שיין ווי די לבֿנה‟ אין די 1950ער יאָרן, האָבן ליפּא, דרייער און סאָסנאָוויטש איצט באַוויזן פֿאַרן הײַנטיקן דור. די קאָמבינאַציע פֿון די עלטערע קלעזמער־מוזיקער, פֿון איין זײַט, און דער יונגער ענערגישער ליפּא שמעלצער, פֿון דער צווייטער, איז אין תּוך אַ צונויפֿוועב פֿונעם אַלטן מיטן נײַעם; פֿונעם גוט־באַקאַנטן מיטן נאָוואַטאָרישן, און שאַפֿט דערבײַ אַ פּאַסיקן מעטאַפֿאָר פֿאַר דער הײַנטיקער ייִדיש־קולטור בכלל, דהײַנו: ווי אַזוי קען מען צושטעלן די אַלטע ייִדישע סחורה מיט אַ נײַעם מלבוש, און דערבײַ אָנווײַזן, אַז ייִדיש איז נישט בלויז אַ זאַך פֿון דער פֿאַרגאַנגענהייט, נאָר עפּעס, וואָס דער יונגער דור קען אויך דערפֿון הנאה האָבן? דורך שטעלן דאָס ליד אינעם פֿאָרמאַט פֿון אַ ווידעאָ אויף „יו־טוב‟, וועט מען, אַוודאי, דערגרייכן אַ סך מער יונגע לײַט, איידער ווען מע וואָלט עס בלויז אַרויסגעלאָזט ווי אַ קאָמפּאַקטל.