„ר‘ נח, ווי פֿילסטו זיך אין וואַרשע פֿון 2015?“
די דאָזיקע פֿראַגע האָט מיר געשטעלט מײַן בעל-יועץ אויפֿן וועג צו דער 42סטער גאַס, צו אַ רעפּעטיציע פֿון „טויט פֿון אַ סיילסמאַן“, אויפֿגעפֿירט פֿונעם נײַעם ייִדישן רעפּעטואַר־טעאַטער. במשך פֿון אונדזער שמועס, האָב איך אים דערציילט וועגן מײַנע לעצטע ייִדישע אַוואַנטורעס אין ניו-יאָרק, סײַ ווי אַ נײַער שרײַבער אין „פֿאָרווערטס‟, סײַ ווי אַ מיטהעלפֿער אינעם ייִדישן טעאַטער. כ׳האָב אָבער ביז דעמאָלט נישט באַטראַכט די ייִדישע וועלט אין ניו–יאָרק ווי אַ מין וואַרשע אין דעם איצטיקן יאָרהונדערט. האָט מיר מײַן בעל־יועץ דערקלערט דעם שײַכות צווישן דער אַמאָליקער וואַרשע און דעם הײַנטיקן ניו-יאָרק, באַטאָנענדיק די ענלעכקייט פֿון דעם רײַכן קולטורעלן ייִדישן לעבן. ערשט דעמאָלט האָב איך געקאָנט דערפֿילן די נײַע איבערלעבונג, וועגן וועלכער איך האָב זיך אַפֿילו נישט פֿאָרגעשטעלט אין די קינדער־יאָרן. איך פֿאַרטראַכט זיך איצט, וואָס פֿאַר אַ השפּעה האָט אַזאַ ייִדישע איבערלעבונג געהאַט אויף מיר, זינט כ‘האָב אָנגעהויבן צו וווינען אין ניו-יאָרק; דערצו פֿריי איך זיך, וויפֿל דאָס אַלץ האָט משפּיע געווען אויף מײַן ייִדישער אידענטיטעט.
במשך פֿון דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש, האָב איך אַרויסגעהאָלפֿן אויף די רעפּעטיציעס פֿון אַרטור מילערס „טויט פֿון אַ סיילסמאַן“, איבערגעזעצט אויף ייִדיש פֿון יוסף בולאָף. מײַן ראָלע איז געווען צו העלפֿן די אַקטיאָרן און דעם פּראָדוציר-פֿאַרוואַלטער מיט זאַכן, פֿאַרבונדן, קודם־כּל, מיט דער ייִדישער שפּראַך, ווי למשל, צו פֿאַרשרײַבן אַלע ענדערונגען און אויסבעסערונגען פֿון דעם טעקסט.
בלויז מיט דעם האָב איך באמת געהאַט גענוג צו טאָן. די אַקטיאָרן האָבן געאַרבעט אַ סך אויף דעם טעקסט, כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז די פּיעסע, וואָס האָט לכתּחילה געדויערט עטלעכע שעה, זאָל זיך נישט ציִען אַזוי לאַנג, ווי דער ייִדישער גלות, און זאָל אויך קלינגען היימיש און אידיאָמאַטיש. פֿון דער ערשטער פּראָבע אָן האָבן די אַקטיאָרן נישט בלויז אויסגעלערנט אויף אויסנווייניק זייערע ראָלעס און באַוועגונגען, נאָר זיך געראַנגלט מיט בולאָפֿס איבערזעצונג. אויב אַ ווערב, אַזוי ווי „צופֿרידן שטעלן“, האָט געקלונגען צו „טרונקן“ און „נודנע“, האָבן זיי, נאָכן פֿרעגן בײַ מיר אַן עצה, אויסגעקליבן אַ ווערב ווי „באַפֿרידיקן“; אָדער, נאָך בײַם לייענען דעם טעקסט, האָבן מיר געמוזט אויסבעסערן די גראַמאַטישע ענינים לויט דער כּלל–שפּראַך. דערפֿאַר איז די פֿאַרעלטערטע איבערזעצונג פֿון בולאָוו געוואָרן, אין אַ געוויסן זינען, איבערגעאַנדערשט און שוין מער אונדזערס ווי בולאָפֿס.
איידער איך האָב אָנגעהויבן צו אַרבעטן פֿאַרן טעאַטער, האָב איך קיינמאָל נישט געזען די פֿאָרשטעלונג „טויט פֿון אַ סיילסמאַן“ אויף ענגליש. צוליב דעם, מיין איך, האָב איך נישט קיין פֿאָראורטיילן וועגן דעם ייִדישן טעקסט, און פֿאַרשטיי די איצטיקע פֿאָרשטעלונג אַנדערש ווי עמעצער, וואָס קען זי פֿון דעם ענגלישן אָריגינאַל. אויף ייִדיש איז עס מיר אין גאַנצן קלאָר, אַז די לאָמענס זענען ייִדישע אימיגראַנטן, וואָס פּרוּוון זיך אַרויפצואַרבעטן דורך דעם אַמעריקאַנער קאַפּיטאַליזם. דער פֿאַקט, אַז עטלעכע ווערטער, אַרײַנגערעכנט גאַנצע סצענעס, פֿאַרבלײַבן אויף ענגליש אין דעם ייִדישן נוסח, באַווײַזט, בין איך זיך משער, אַז די מעשׂה וועגן די לאָמענס איז אַ מעשׂה וועגן די שטרעבונגען און געראַנגלען פֿון די אימיגראַנטן, וועלכע האָבן זיך נאָך נישט אין גאַנצן אויסגעגרינט.
דער ייִדיש איז אין אַלגעמיין געשמאַק און, צוליב דעם פּרעכטיקן שפּילן, האָב איך טאַקע געקענט דערפֿילן די אַלע עמאָציעס — טרויער און פֿרייד, און מיטפֿילן דער משפּחה לאָמען. כאָטש די לאָמענס זענען אָן שום ספֿק ייִדישע אימיגראַנטן, איז זייער מעשׂה דווקא נישט בלויז אַ ייִדישע, נאָר אַן אוניווערסאַלע. כ׳האָב געקענט פֿאַרשטיין די סתּירות צווישן די עלטערן און זייערע קינדער, וואָס האָבן נישט דערגרייכט זייערע דערוואַרטונגען און זענען פֿאַר זייערע טאַטע-מאַמע אַ גרויסע אַנטוישונג. דאָס איז זיכער נישט נאָר אַ ייִדישע איבערלעבונג, אָבער עפּעס, וואָס אַ סך אימיגראַנטישע משפּחות לעבן איבער.
איך וועל לויטן מינהג האַלטן אַ פֿײַג אין קעשענע, אָבער כ‘בין זיכער, אַז די דאָזיקע פֿאָרשטעלונג וועט האָבן גרויס דערפֿאָלג. טאַקע ווײַל צום וויכטיקסטן, איז „טויט פֿון אַ סיילסמאַן“ אַ מין „בריק“ צווישן אונדזער הײַנטיקן טעאַטער, די אַזוי גערופֿענע „וואַרשע פֿון 2015“, מיט דער תּקופֿה פֿון יוסף בולאָף.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.