די אייראָפּעער, בפֿרט די אייראָפּעיִשע ייִדן, זײַנען שוין געוווינט צו דעם, אַז אַ פּליט איז אַן אומגליקלעכער מענטש, אַ הונגעריקער, וואָס שלעפּט זיך איבער די וואַנדער־וועגן און זוכט פֿאַר זיך אַ מקום־מיקלט, פֿון וואַנען מע וועט אים שוין נישט אַרויסטרײַבן און דערנידעריקן. אויב אַזאַ אָרט האָט זיך שוין פֿאַר אים געהאַט געפֿונען, איז קיינעם אין קאָפּ נישט אײַנגעפֿאַלן, אַז מע וועט אים, דעם אומגליקלעכן פּליט, נעמען צו זיך אויף קעסט. יעדער מוז פֿאַרדינען זײַן אייגן שטיקל ברויט!
דער גרויסער אונטערשייד צווישן יענע, מלחמה־ און נאָך־מלחמהדיקע פּליטים און די הײַנטיקע, אַנטלאָפֿן פֿון די אַראַבישע און מוסולמענישע לענדער, באַשטייט אין דעם, וואָס די איצטיקע פּליטים זוכן נישט אַזוי דעם מקום־מיקלט צו ראַטעווען זייער לעבן; זיי זוכן אַן אָרט, וווּ מע קען מאַכן אַ לעבן, אויסניצנדיק דאָס אייראָפּעיִשע וווילזײַן. מע לויפֿט דאָך פֿון די פּליטים־לאַגערן אין יאָרדאַניע, טערקײַ, לבֿנון, וווּ עס דראָט זיי נישט קיין אומקום. אַוודאי, לעקט מען נישט דאָרט קיין האָניק און די לעבנס־באַדינגונגען זײַנען שרעקלעכע; דערפֿאַר לויפֿט מען פֿון דאָרטן, ווײַל אין די אייראָפּעיִשע לענדער, בפֿרט אין דײַטשלאַנד, שוועדן און נאָרוועגיע וועלן זיי, ווי פּליטים, באַקומען נישט נאָר בירגעררעכט, נאָר אויך די אַלע סאָציאַלע פּריווילעגיעס, וואָס די איבעריקע סאָציאַל־אָפּגעשוואַכטע בירגער פֿון די לענדער.
אינעם „קויש‟ פֿון די לגאָטעס אין דײַטשלאַנד, למשל, גייען אַרײַן: די חודש־הילף, וווינונג, מעדיצינישע באַדינונג, שׂכר־לימוד פֿאַר די קינדער וכדומה. להיפּוך, אין איטאַליע, גריכנלאַנד, שוין אָפּגערעדט וועגן די באַלקאַנישע לענדער און די לענדער פֿון מיזרח־אייראָפּע, באַקומען די פּליטים גאָרנישט ניט. אָט דאָ, אין די ממשותדיקע פּריווילעגיעס, ליגט טאַקע דער הונט באַגראָבן.
ס׳רובֿ פּליטים ווילן נישט בלײַבן אין די באַלקאַנישע לענדער און אין מיזרח־אייראָפּע בכלל, און ס׳איז קלאָר פֿאַרוואָס. דעריבער פֿאָדערן זיי מע זאָל זיי שיקן אין די רײַכע לענדער. אין אויגוסט האָט די אייראָפּעיִשע קאָמיסיע פֿאָרגעלייגט צו באַזעצן די פּליטים לויט אַ קאָנקרעטער קוואָטע. ס׳רובֿ אייראָפּעיִשע לענדער האָבן זיך קעגנגעשטעלט, ווײַל אויב אַפֿילו צו מעלדן וועגן אַזאַ קוואָטע, מיינט עס, צו פֿאַרבעטן קיין אייראָפּע אַלץ נײַע און נײַע מיגראַנטן. נאָר אין סעפּטעמבער האָט זיך די פֿירער פֿון דײַטשלאַנד און פֿראַנקרײַך אײַנגעגעבן צו צווינגען די קעגנער אָנצונעמען די קוואָטע־שיטה פֿון 120 טויזנט פּליטים.
ביז וואָס און ווען, האָט דערווײַל דער טערקישער פּרעזידענט רעסעפּ טאַיִפּ ערדאַגאַן און זײַנע באַהעלפֿער פֿון דער זיכערהײט־דינסט אָנגעדרודלט די אײַנוווינער פֿון די דאָרטיקע פּליטים־לאַגערן זיך לאָזן קיין גריכנלאַנד, וווּ אויף די אינדזלעך געפֿינען זיך פּרעכטיקע קורערטער. ס׳איז נישט שווער זיך פֿאָרצושטעלן, וואָס איז פֿון די שיינע ערטער געבליבן נאָך דער פּליטים־אינוואַזיע פֿון טערקײַ.
אין גריכנלאַנד האָבן זיי זיך לאַנג נישט פֿאַרהאַלטן; דער מערבֿדיקער טייל פֿון אייראָפּע האָט זיי מער צוגעצויגן, און דער מענטשן־שטראָם האָט זיך אַ רוק געטאָן קיין סערביע און דערנאָך קיין אונגאַרן, מיטן ציל זיך דורכצושלאָגן קיין עסטרײַך און דײַטשלאַנד.
יונגע, געזונטע מענטשן מיט לאָזונגען „דײַטשלאַנד!‟, „מוטער מערקעל!‟, „אַללאַ אַקבאַר!‟ — האָבן מיט דראַנג און קראַפֿט אָפּגעווישט אויף זייערע וועגן אַלע ווענט און שטערונגען. ווען אונגערן האָט זיי אָפּגעוואָרפֿן, האָבן זיי זיך אַ קער געטאָן קיין כאָרוואַטיע און סלאָוועניע, אַבי נישט צו ווערן רעגיסטרירט אין די אָרעמע לענדער, נישט געקוקט דערויף, וואָס דער אייראָפּעיִשער געזעץ פֿאָדערט זיך צו רעגיסטרירן דווקא אינעם ערשטן אייראָפּעיִשן לאַנד, וווּ מע קומט אָן.
די געשלעגן פֿון די פּליטים מיט דער פּאָליציי אויף די גרענעצן פֿון אונגערן און סערביע, באַזונדערס, דער טראַגישער פֿאַל פֿון אַ דערטרונקען געוואָרענעם קינד, האָט ממש אויפֿגעטרייסלט די וועלט־געזעלשאַפֿט. זעט אויס, אַז די פּראָטעסטן האָבן אַרויפֿגעצוווּנגען אויף דער קאַנצלערין אַנזשעלאַ מערקעל זיך צו ווענדן צו די פּליטים: קומט צו פֿאָרן צו אונדז אַלע, ווער עס וויל. מיר וועלן יעדן אײַנאָרדענען!
פֿאַרוואָס האָט די דײַטשישע קאַנצלערין, בטבֿע אַן אײַנגעהאַלטענע און פֿאָרזיכטיקע פּאָליטיקערין, זיך פּלוצעם געלאָזט צו פֿאַרפֿירן פֿון עמאָציעס? דערמיט האָט זי דאָך פּראָוואָצירט די „גרויסע סאָציאַלע שלאַכט‟. (אמת, פּונקט מיט אַ וואָך שפּעטער, נאָך דעם ווי דער פּליטים־שטראָם האָט פֿאַרפֿלייצט מינכן, האָט דײַטשלאַנד געמאָלדן, אַז מע שליסט די גרענעצן.)
דער סך־הכּל איז, אַז במשך פֿון דער צײַט האָבן זיך קיין אייראָפּע דורכגעריסן אַרום אַ האַלבן מיליאָן פּליטים. נאָך די סיריער, איראַקער און עריטרעער אומלעגאַלע אימיגראַנטן, פֿאַרנעמען דאָס צווייטע, דריטע און פֿערטע אָרט אין דער פּליטים־ליסטע די אײַנוווינער פֿון אַלבאַניע, קאָסאָוואָ און מאַקעדאָניע. נישט ווייניק אָנגעקומענע זײַנען פּאַלעסטינער און אָפּשטאַמיקע פֿון דעם אַזוי גערופֿענעם שוואַרצן קאָנטינענט.
ווי עס זאָל נישט זײַן, ווערט דער פּליטים־שטראָם נישט אָפּגעשוואַכט. לויט די אָפּשאַצונגען פֿון דער „יו־ען‟ קומען אַרײַן אין אייראָפּע יעדן טאָג פֿון 8 ביז 10 טויזנט מענטשן, 5 טויזנט — נאָר קיין גריכנלאַנד. אין דער זעלבער צײַט פֿירן דורך די פֿאַרלוירענע „אייראָפּעיִשע פֿירער‟ איין זיצונג נאָך אַן אַנדערער — אָט רופֿט מען „עפֿענען דעם טויער‟ און אָט — זיך אָפּטיילן מיט אַ צוים.
די רעגירונג פֿון דײַטשלאַנד האָט שוין אויסגעטיילט איין מיליאַרד אייראָס אַרויסצוהעלפֿן אויפֿצושטעלן פּליטים־לאַגערן אין די שכנישע לענדער מיט סיריע. (פֿאַרוואָס איז עס נישט געטאָן געוואָרן מיט צוויי יאָר צוריק?) איין מיליאַרד אייראָס האָט אויך באַקומען טערקײַ. צי וועלן אָבער די אַלע פֿאַרשפּעטיקטע נדבֿות אַרויסהעלפֿן דער אַלטער אייראָפּע ערבֿ דעם ווינטער?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.