אין אַ סצענע פֿון אַרטור מילערס „טויט פֿון אַ סיילסמאַן‟, געשפּילט דורכן „נײַעם ייִדישן רעפּערטואַר־טעאַטער‟, שטייט דער נעבעכדיקער סוחר ווילי לאָמאַן (אַבֿי האָפֿמאַן), אומבאַהאָלפֿן נאָכן אַמפּערן זיך מיט זײַנע זין. בעת זײַן פֿרוי לינדאַ (סוזען טאָרען) נעמט אים אַרום און טרייסט אים, זינגט זי זיך שטיל צו די מעלאָדיע פֿון אַבֿרהם גאָלדפֿאַדענס „ראָזשינקעס מיט מאַנדלען‟. דער דאָזיקער אויסגעצייכנטער איראָנישער קנייטש בינדט צונויף דעם וויכטיקן מאָמענט אין דער שפּיל ניט בלויז מיט דער ייִדישער פֿאַרגאַנגענהייט, נאָר עס דינט אויך ווי אַ ביטערער פּירוש אויף דער ייִדישער באַציִונג צום אַמעריקאַנער קאַפּיטאַליסטישן חלום.
ווילי לאָמאַן איז טאַקע אויסגעוואַקסן צו זײַן אַ קאָמיוואָיאַזשאָר, אַ סחור, ווי עס חלומט די מאַמע בײַם „ייִדעלעס וויגעלע‟. אַנשטאָט אָבער „ראָזשינקעס מיט מאַנדלען‟ האַנדלט ער מיט זאָקן; און אַנשטאָט צו „פֿאַרדינען פֿיל געלט‟ דערוויסט זיך לאָמאַן, נאָך 36 יאָר פֿון אַרומפֿאָרן איבער גאַנץ אַמעריקע צו פֿאַרקויפֿן זײַן סחורה פֿאַר דער זעלביקער פֿירמע, אַז זײַן טויט (צוליב זײַן פֿאַרזיכערונג) איז ווערט מער ווי זײַן לעבן.
אין דער אָריגינעלער פּיעסע האָט ווילי לאָמאַן געדאַרפֿט דינען ווי אַ סימבאָל פֿאַר מיליאָנען אַמעריקאַנער, וואָס ניט געקוקט אויף זייער מי און האָרעוואַניע, פּרובירנדיק זיך אַרויפֿצוקלעטערן אויפֿן פֿינאַנציעלן לייטער, ווערן זיי פֿאַרשטרויכלט דורך זייער אייגענעם שלימזל און אַ האַרצלאָזער סיסטעם, אין וועלכער די פֿירמעס ווײַזן ניט אַרויס קיין שום רעספּעקט אָדער געטרײַשאַפֿט צו זייערע לאַנג־יאָריקע אַרבעטער. מילערס קריטיק פֿונעם אַמעריקאַנער קאַפּיטאַליזם בלײַבט בפֿירוש אַקטועל אינעם איצטיקן מאָמענט, אין אַ צײַט, ווען די קאָלאָסאַלע אונטערשיידן צווישן אָרעם און רײַך ווערן אַלץ גרעסער. די ייִדישע ווערטער בכלל און דער אַמעריקאַניזירטער ייִדיש פֿון אַ פֿאַרגאַנגענעם דור אימיגראַנטן בפֿרט טראָגן מיט זיך אויך אַ גאָר טשיקאַוון געפֿיל פֿאַר אַן עולם, אַמעריקאַנער ייִדן, וואָס איז הײַנט בדרך־כּלל אַ סך רײַכער ווי עס איז געווען דער עולם, וואָס איז געקומען זען דעם ייִדישן נוסח פֿון דער פֿאָרשטעלונג אויף זײַן פּרעמעריע אין פֿעברואַר 1951.
מילערס העלד ווילי לאָמאַן איז דווקא אַ שווערער פּאַרשוין צו שפּילן אים, ווײַל כּדי די פּיעסע זאָל זײַן דערפֿאָלגרײַך, מוז אים דער עולם מיטפֿילן, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס ער האָט גאָר אַ סך חסרונות: ער איז אַ בייזער מאַן, וואָס פֿירט זיך אויף אויף אַ מיאוסן אופֿן מיט זײַן פֿרוי, און האָט דערצו אויך אַ סך גאווה. ניט געקוקט אויף זײַנע פּערזענלעכע חסרונות און דעם פֿאַקט, וואָס די ראַנגלענישן פֿון אַ מענטש, ווי ווילי לאָמאַן, זענען הײַנט פֿאַר ס׳רובֿ אַמעריקאַנער ייִדן בלויז אַ ווײַטע דערמאָנונג, פֿילט דער עולם אין זאַל שטאַרק מיט דעם העלד, אַ דאַנק האָפֿמאַנס אויסגעצייכנטער שילדערונג.
אין זײַן ענערגעטישן אויפֿטריט ניצט האָפֿמאַן אויס דעם קליינעם שטח פֿון דער בינע, כּדי צו ווײַזן ווי צימצומדיק לאָמאַן פֿילט זיך, סײַ דורך זײַן גורל און סײַ דורך זײַנע פֿאַרשידענע זכרונות, וואָס יאָגן אים נאָך און לאָזן אים ניט צו רו. האָפֿמאַן, מיט די קאָנטראַסטנדיקע קליינע באַוועגונגען פֿון זײַן קערפּער, איז מסוגל צו שילדערן די מאָמענטן, אין וועלכע לאָמאַן איז נאָרמאַל (בפֿרט ווען ער רעדט מיט זײַן פֿרוי און קינדער), און ווען ער איז ניט מיט אַלעמען, למשל, ווען ער האַלט אין רעדן מיט זײַן טויטן ברודער בשעתן פֿלאַנצן רעטעלעך אין מיטן דער נאַכט. ס׳איז שווער בײַם איבערלייענען די פּיעסע צו זײַן זיכער, וואָס איז אַן עכטע פּאַסירונג און וואָס איז בלויז אַ הוילע פֿאַנטאַזיע פֿונעם העלד. אין האָפֿמאַנס שילדערונג איז גאַנץ קלאָר, אַז דער העלד שטייט בײַם ראַנד פֿון ווערן עובֿר־בטל. אין אַ קלוגן באַשלוס פֿונעם רעזשיסאָר, משה יאַסור, קומען פֿאָר כּמעט אַלע מאָמענטן, אין וועלכע לאָמאַנס סענילקייט דריקט זיך אויס — אַוועק פֿון דער בינע אין אַ ווײַטערן ווינקל פֿונעם זאַל, וואָס דינט ווי לאָמאַנס הויף. אַזוי אַרום זעט מען, סײַ דורך האָפֿמאַנס שילדערונג און סײַ דורך דעם אָרט וווּ ער שטייט, ווען די קראַנקע פֿאַנטאַזיע כאַפּט אים אַרײַן אין איר נעץ. עס איז טרויעריק צו באַמערקן, אַז לאָמאַנס איינציקע מאָמענטן פֿון רו קומען דווקא פֿאָר אויסער דער בינע, ווען ער ווערט פֿאַרלוירן אין זײַנע סינילע וויזיעס.
כאָטש זײַן פֿרוי לינדאַ לאָזט אים רויִק אַוועקפֿאַלן אין זײַנע פֿאַרבלענדענישן, פּרובירן לאָמאַנס זין, „העפּי‟ (לבֿ הערשקאָוויטש) און „ביף‟ (דניאל קאַהן) אים אַרויסצורײַסן פֿון זײַנע אילוזיעס דורכן גרינדן אַליין אַן אייגענעם געשעפֿט, וואָס וועט טראָגן זײַן נאָמען. די ברידער זענען, אָבער, ווי זייער פֿאָטער, ניט מסוגל צו פֿאַרווירקלעכן זייערע חלומות און זייערע פּרוּוון שאַטן פֿיל מער ווי זיי העלפֿן. קאַהנס שילדערונג פֿון אַ יונגן מאַן, וואָס האָט ניט קיין שום אינטערעס צו דער געשעפֿטס־וועלט פֿון זײַן פֿאָטער, איז פֿאַרן אַקטיאָר דווקא אַ פּערזענלעכע געשיכטע: זײַן אייגענער פֿאָטער איז געווען אַ סוחר, און קאַהנס אינטערעסן האָבן אים מער געצויגן צו דער וועלט פֿון מוזיק און טעאַטער, איידער צו דער געשעפֿטס־וועלט. אַזוי ווי האָפֿמאַנס שילדערונג פֿון ווילי לאָמאַן, גיט צו קאַהנס אינטערפּרעטאַציע פֿון „ביף‟ קלאָרע סימנים פֿון גײַסטיקע פּראָבלעמען, וואָס זענען בפֿירוש ניט באַשריבן אין דער פּיעסע, אָבער וואָס פּאַסן זיך זייער גוט אַרײַן אין די ראָלעס.
פֿאַקטיש, זענען די אַלע שילדערונגען פֿון די כאַראַקטערן אין דער שפּיל גאַנץ שטאַרקע, סײַ ווי אינדיווידועלע פֿאָרשטעלונגען מצד די אַקטיאָרן און סײַ ווי אַזוי זיי קומען זיך צונויף אין אַן אַנסאַמבל. ספּעציעל אוסגעצייכנט זענען געווען אָדם שאַפּיראָס שילדערונג פֿון לאָמאַנס עקלהאַפֿטיקן באַלעבאָס „האַוערד‟ און אילן קוויטקינס קעלנער „סטאַנלי‟. אין שאַפּיראָס אינטערפּרעטאַציע איז לאָמאַנס באַלעבאָס אַן אימפּאָזאַנטישע פֿאַרזעעניש, וואָס האָט ניט געוואָלט ווערן גערירט פֿון ווילי לאָמאַן — אי עמאָציאָנעל, אי פֿיזיש. אין קוויטקינס קאָמישן און סאַרקאַסטישן קעלנער זעט מען אַן אָפּשפּיגלונג פֿון אַ געזעלשאַפֿט, וואָס מאַכט זיך ניט וויסנדיק, קוקנדיק ווי מענטשן ווי ווילי לאָמאַן ווערן דעגראַדירט.
דער באַנוץ פֿון ייִדיש און ענגליש אין דער פֿאָרשטעלונג גיט אויך צו אַן אינטערעסאַנטן קנייטש ווי אַ מחיצה צווישן דער נאָענטער סבֿיבֿה פֿון דער משפּחה און פֿרײַנד, און פֿרעמדע. די פֿרוי, מיט וועלכער לאָמאַן שפּילט אַ לינקע ליבע (באַקאַנט פּשוט ווי „די פֿרוי‟, אויפֿגעפֿירט פֿון עמי קאָולמאַן), רעדט מיט לאָמאַן אויף ענגליש און מע קען דערפֿילן, אַז זי איז אַ פֿרעמדע, וואָס דרינגט זיך אַרײַן אין דער היימישער סבֿיבֿה. פֿון דער אַנדערער זײַט, טראָגט דער כאַראַקטער פֿון „טשאַרלי‟, לאָמאַנס שכן און איינציקער פֿרײַנד (שיין בייקער) אַן אַנדער געפֿיל אויף ייִדיש, ווײַל די שפּראַך שאַפֿט אַן אינטימקייט צווישן די צוויי שכנים, וואָס עקזיסטירט בכלל ניט אינעם ענגלישן אָריגינאַל. כאָטש טשאַרלי און ווילי לאָמאַן זענען לכתּחילה געווען צוויי מענטשן, וואָס אין מילערס נוסח האָבן, ווײַזט אויס, גאָרניט בשותּפֿות, פֿאַרמאָגן זיי אינעם ייִדישן נוסח אַ נאָענטקייט צוליב דעם, וואָס מע קען זיי פֿאַרטײַטשן ווי אַלטע לאַנדסלײַט, וואָס האָבן אַמאָל גענייטיקט זיך איינער אין דעם צווייטן.
„דער נײַער ייִדישער רעפּערטואַר־טעאַטער‟ האָט מיט צוויי יאָר צוריק אַרײַנגעבראַכט אַ נײַעם גײַסט אין דער קליינער וועלט פֿון דעם ייִדיש־שפּראַכיקן טעאַטער מיט זײַן נוסח פֿון סאַמועל בעקעטס „וואַרטן אויף גאָדאָ‟. כאָטש גאָר געלונגען, איז „גאָדאָ‟ געווען אַ קירצערע פּיעסע, מיט ווייניקער אַקטיאָרן און ווייניקער שוועריקייטן עס אויפֿצופֿירן. ווי עס ווײַזט זיך אַרויס פֿון דער איצטיקער אויפֿלעבונג פֿון אַרטור מילערס „טויט פֿון אַ סיילסמאַן‟, איז די טרופּע הײַנט בכּוח מײַסטערהאַפֿטיק אויפֿצופֿירן גאָר קאָמפּליצירטע דראַמאַטישע ווערק מיט אַ טוץ אַקטיאָרן. איר נוסח פֿון „סיילסמאַן‟ איז פֿאַקטיש אַ הויכפּונקט פֿאַרן ייִדישן טעאַטער אין די לעצטע יאָרן און אַ סימן, אַז מע קען דערוואַרטן גאָר גרויסע דערגרייכונגען אין דער צוקונפֿט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.