די רעגירונג פֿון פּאָרטוגאַל האָט גוטגעהייסן די בקשה פֿון אַ פּאַנאַמער בירגער, וועלכער האָט געבעטן אַ פּאָרטוגאַלישן פּאַספּאָרט צוליב זײַן ספֿרדישן אָפּשטאַם. נישט לאַנג צוריק, האָט מען אין פּאָרטוגאַל אָנגענומען דעם געזעץ, לויט וועלכן די אָפּשטאַמלינגען פֿון ספֿרדישע ייִדן האָבן דאָס רעכט צו באַקומען די פּאָרטוגאַלישע בירגערשאַפֿט.
דער געזעץ איז אײַנגעפֿירט געוואָרן אין מאַרץ. די ייִדישע קהילה אין פּאָרטאָ, וועלכע האָט באַשטעטיקט דעם ספֿרדישן אָפּשטאַם פֿונעם הײַנטיקן בירגערשאַפֿט־געווינער, אַלפֿאָנסאָ פּאַרעדעס, האָט איבערגעגעבן דעם ייִט״אַ, אַז ער איז דער ערשטער מענטש, וועלכער האָט זיך מיט דערפֿאָלג באַנוצט מיטן נײַעם געזעץ. מאָנטיק, דעם 12טן אָקטאָבער, האָט אַ קהילה־פֿאָרשטייער דערקלערט, אַז פּאַרעדעס האָט באַקומען זײַן בירגערשאַפֿט דעם 2טן אָקטאָבער.
דער פּאָרטוגאַלישער וואַריאַנט פֿונעם „חוק־השבֿות‟ איז באַגרינדעט אויפֿן רעגירונג־באַשלוס פֿונעם יאָר 2013, לויט וועלכן די אָפּשטאַמלינגען פֿון די ספֿרדים, וועלכע זענען פֿאַרטריבן געוואָרן אינעם 15טן און 16טן יאָרהונדערט פֿון שפּאַניע און פּאָרטוגאַל, בעת די רדיפֿות מצד דער קאַטוילישער אינקוויזיציע, האָבן דאָס רעכט זיך אומצוקערן קיין פּאָרטוגאַל. נישט לאַנג צוריק, האָט מען אין שפּאַניע אָנגענומען אַן ענלעכן געזעץ; 4,300 קאַנדידאַטן האָבן שוין געבעטן די שפּאַנישע בירגערשאַפֿט. דער שפּאַנישער וואַריאַנט פֿונעם געזעץ איז אָבער שווערער, ווײַל די קאַנדידאַטן מוזן דערווײַזן זייער באַקאַנטשאַפֿט מיט דער שפּאַנישער שפּראַך און דינגען אַ שפּאַנישן נאָטאַריוס.
די ייִדישע קהילות אין צוויי פּאָרטוגאַלישע שטעט, פּאָרטאָ און ליסאַבאָן, דאַרפֿן באַשטעטיקן די אַנקעטעס, לויטן אָפּמאַך מיט דער רעגירונג. עטלעכע הונדערט קאַנדידאַטן — טערקישע, ווענעזועלער, מאַראָקאַנער און ישׂראלדיקע בירגער — האָבן זיך שוין פֿאַרבונדן מיט ביידע קהילות, בעטנדיק די בירגערשאַפֿט.
די ייִדישע קהילה אין פּאָרטאָ האָט באַשטעטיקט, אַז פּאַרעדעס שטאַמט פֿון אליהו־אַבֿרהם לאָפּעז, אַ ספֿרדישן רבֿ פֿון שפּאַנישן אָפּשטאַם, און רחל נונעס דאַ פֿאָנסעסאַ, אַ ייִדישע פֿרוי פֿון פּאָרטוגאַל. לאָפּעז האָט געדינט ווי אַ רבֿ אין דער שפּאַניש־פּאָרטוגאַלישער ייִדישער קהילה אויפֿן האָלענדישן אינדזל קוראַקאַאָ, אינעם קאַריבישן ראַיאָן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.