אין פֿעברואַר וועט די זינגערין קערען יונג אויפֿטרעטן מיט הענרי אָפּענהיימס לידער־ציקל „טור־מלכּא‟ אויף ייִדיש, צוזאַמען מיטן מאָנטרעאָלער „מעטראָפּאָליטאַנער אָרקעסטער‟, אין דרײַ קוועבעקער שטעט: ריוויער־דע־פּרערי, פּיערפֿאָן און מאָנטרעאָל.
אָפּענהיים, אַ באַגאַבטער קאָמפּאָזיטאָר, וועלכער קען שפּילן אויף אַ ריי פֿאַרשיידענע מוזיקאַלישע אינסטרומענטן, פֿירט אָן מיט דער כּלי־זמרישער גרופּע „מגילה‟. דעם 20סטן אויגוסט איז זי צום ערשטן מאָל אויפֿגעטראָטן מיטן קאָנצערט „טור־מלכּא‟ אין מאָנטרעאָל, אינעם היסטאָרישן קולטור־צענטער „לאַ סאַלאַ ראָסאַ‟, געשאַפֿן דורך די לינקע ייִדישע אַקטיוויסטן אינעם יאָר 1932, און וווּ עס זענען אַמאָל אויפֿגעטראָטן אַזעלכע באַקאַנטע זינגער, ווי פּאָל ראָבסאָן. במשך פֿון די לעצטע 30 יאָר איז דער בנין פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ שפּאַנישן קולטור־צענטער.
דער ציקל באַשטייט פֿון 15 זינגלידער אויף די ווערטער פֿון מאָנטרעאָלער ייִדישע פּאָעטן. דער קאָמפּאָזיטאָר באַנוצט זיך מיט אַ ריי פֿאַרשיידענע סטילן, פֿון פֿאָלק־באַלאַדעס ביז עלעקטראָנישער פּאָפּ־מוזיק, קאָמבינירנדיק די אַלטע קלאַנגען פֿון די ייִדישע כּלי־זמרים מיט אַ בפֿירוש מאָדערנעם טאָן. הײַנט גרייט זיך די גרופּע צום גרויסן טור איבער קוועבעק מיטן חשובֿן וועלט־באַקאַנטן אָרקעסטער.
דער אַראַמישער אויסדרוק „טור־מלכּא‟ טרעפֿט זיך אין גמרא און מיינט „דער קיניגלעכער באַרג‟. אַזאַ נאָמען האָט אַמאָל געטראָגן אַ ייִשובֿ אינעם אוראַלטן ארץ־ישׂראל. דער נאָמען פֿון דער שטאָט מאָנטרעאָל, געגרינדעט אינעם יאָר 1642 דורך דער פֿראַנצויזישער קיניגרײַך, שטאַמט פֿונעם „קיניגלעכן‟ באַרג, וואָס שטייט אינעם היסטאָרישן שטאָטישן צענטער און מיינט אויף פֿראַנצויזיש פּונקט דאָס זעלבע. צוליב דעם, איז „טור־מלכּא‟ געוואָרן דאָס טראַדיציאָנעלע צונעמעניש פֿון דער שטאָט.
אין מאָנטעראָל האָבן געוווינט אַ סך באַקאַנטע ייִדישע שרײַבער און פּאָעטן. אָפּענהיימס לידער זענען באַגרינדעט אויף די ווערק פֿון זיבן מאָנטרעאָלער דיכטער: יעקבֿ־יצחק סגל, חוה ראָזענפֿאַרב, רחל קאָרן, מלך ראַוויטש, אידע מאַזע, אַבֿרהם־משה קליין און נח־יצחק גאָטליב.
אַזוי ווי חוה ראָזענפֿאַרב, שטאַמט אָפּענהיימס משפּחה פֿון לאָדזש און איז אָנגעקומען קיין מאָנטרעאָל דורך פּאַריז. אין יאַנואַר פּלאַנירט די גרופּע אַרויסצוגעבן דעם אַלבאָם „טור־מלכּא‟ אויף אַ קאָמפּאַקטל. דער קאָמפּאָזיטאָר האָפֿט, אַז זײַן שאַפֿונג וועט העלפֿן צו באַקענען די מאָנטרעאָלער ייִדן מיט דער רײַכער געשיכטע פֿון דער אָרטיקער ייִדיש־קולטור און וועט דינען ווי אַ טייל פֿון איר לעבעדיקן המשך. די שטאָט בלײַבט איינער צווישן די וועלט־צענטערס פֿונעם הײַנטצײַטיקן ייִדישקייט, וווּ טויזנטער תּושבֿים — דער עיקר, אין די חסידישע ראַיאָנען — רעדן צווישן זיך אויף ייִדיש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.