ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News From Buenos Aires

די אַקטריסע דיװינאַ גלאָריאַ
די אַקטריסע דיװינאַ גלאָריאַ

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published October 15, 2015, issue of November 13, 2015.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.

דער סעמינאַר פֿון ייִדישער שפּראַך און קולטור בײַם ייִװאָ

דער סעמינאַר פֿון ייִדישער שפּראַך און קולטור, װאָס דער אַרגענטינער ייִװאָ האָט אָרגאַניזירט מיט דער שטיצע פֿונעם „װילנער ייִדיש־צענטער בײַם ייִדישן װעלט־קאָנגרעס‟ צװישן דעם 7טן און 11טן אָקטאָבער, האָט צוגעצויגן אַ ברייטן עולם, װאָס האָט גענאָסן פֿון די לעקציעס און די קאָנצערטן. אַ 120 לערערס, סטודענטן און ליבהאָבער פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, פֿון דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס, פֿון דער אַרגענטינער פּראָװינץ און אַפֿילו פֿון מאָנטעװידעאָ, אורוגװײַ, האָבן זיך אַקטיװ באַטייליקט. ד״ר װאָלף מאָסקאָװיטש האָט געמאַכט אַן אַרײַנפֿיר צו דער טעמע, װאָס איז אַ ייִדיש װאָרט. די ייִדישע שפּראַך בעתן חורבן און די געשיכטע פֿון ייִדישע פֿאַמיליע־נעמען זײַנען געװען די אַנדערע לעקציעס. ד״ר מרדכי יושקאָװסקי האָט גערעדט װעגן דער פּיאָנערין פֿון דער ייִדישער פֿרויען־ליטערטור, פֿראַדל שטאָק, די אַנוסים פֿון 20סטן יאָרהונדערט, ייִדישע שרײַבערס אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, און װעגן דער ייִדישער ליטעראַטור בעת דער מאַסן־אימיגראַציע סוף 19טן אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט. מאַרינאַ יאַקובאָװיטש האָט אין אירע דרײַ קאָנצערטן געזונגען לידער װעגן דער ייִדישער פֿרוי, ניגונים, מאַנגערס לידער און לידער פֿון ייִדישע פּאָעטן, צו װעלכע מאַרינאַ האָט אָנגעשריבן מוזיק. מרדכי יושקאָװסקי, מיט צוגעפּאַסטע דערקלערונגען, האָט אַרײַנגעפֿירט צו יעדעס ליד. איציק אַװערבוך, דער דירעקטאָר פֿון ייִדיש צענטער פֿון ייִדישן װעלט־קאָנגרעס אין װילנע, האָט באַדאַנקט בײַם סוף און צוגעזאָגט געמיינזאַמע אַרבעט אויף להבא.

פֿון בוענאָס־אײַרעס איז מאַרינאַ אָפּגעפֿאָרן מיטן דירעקטאָר פֿון ייִװאָ צו אַ סעמינאַר אין מאָנטעװידעאָ.


„שלום־בית‟ העלפֿט פֿרויען װאָס װערן געשלאָגן אָדער גערודפֿט

אויף דער טיר פֿון אַן אַלטער שטוב אין דער רײַכער געגנט „בעלגראַנאָ‟ פֿון דער שטאָט בוענאָס-אײַרעס הענגט נישט קיין שילד. אָבער די איבער 2500 פֿרויען, װאָס זײַנען אַדורך דורך דער געבײַדע האָבן געװוּסט, אַז דאָס איז דער אַדרעס, װאָס זיי האָבן געזוכט. דאָרטן פֿונקציאָנירט „שלום־בית‟, אַן אינסטיטוציע, װאָס העלפֿט פֿרויען װאָס װערן געשלאָגן אָדער גערודפֿט. דאָס איז דער ערשטער מקום־מיקלט אין דער ייִדישער קהילה. „מיר זײַנען פֿאַראַנטװאָרטלעך פֿאַרן קאָלעקטיװ, — דערקלערט איר דירעקטאָרין, פֿערנאַנדאַ טאַריקאַ, — מיר גלייבן, אַז אויב איין ייִד איז אַ גנבֿ, װעט מען גלייבן, אַז אַלע ייִדן זײַנען גנבֿים. דערפֿאַר האָט מען אַ סך פֿאַרשװיגן אין אונדזער ייִשובֿ. דערצו האָבן מיר נאָך אַ מיטאָס: דער ייִדישער מאַן איז אַ גוטער מאַן.‟

„שלום־בית‟ איז געגרינדעט געװאָרן אין 2003. מען האָט ניט געהאַט קיין בנין און קיין בודזשעט, נאָר די איבערצײַגונג, אַז מען דאַרף עפּעס טאָן. „מיר העלפֿן די פֿרויען, װאָס דאַרפֿן הילף, ייִדישע און נישט־ייִדישע. די שװערסטע אַרבעט איז אין דעם אָרטאָדאָקסישן סעקטאָר, װוּ מען דאַרף כּסדר רעדן מיט די רבנים, װאָס העלפֿן אונדז אַרויס.‟

„שלום־בית‟ איז אויסגעצייכנט געװאָרן דורך „מײַקראָסאָפֿט‟ איבער דער הילף, װאָס די אינסטיטוציע האָט געגעבן דעם לעצטן יאָר צו די 346 פֿרויען. 60% פֿון זיי האָבן באַקומען שטיצע צו דערליידיקן זייער גט, שטיצע פֿאַר זייערע קינדער אָדער צו באַשטימען משפּחה־באַזוכן, אָבער 40% קעמפֿן נאָך קעגן גװאַלד־מעשׂים קעגן פֿרויען. זייער אַרבעט האָט באַװויגן דעם זיכערהייט־מיניסטער פֿון דער פּראָװינץ בוענאָס־אײַרעס צו גרינדן דעם „דעפּאַרטאַמענט פֿון מין־פּאָליטיק‟, צו פֿאַרטיפֿן און געבן מער חשיבֿות דער אַרבעט פֿון דער פּאָליציי אין דער פּראָװינץ.


די „דאַיאַ‟ ווערט באַערט צו איר 80סטן אַניװערסאַר

דער פּאַרלאַמענט פֿון דער שטאָט בוענאָס-אײַרעס האָט באַערט די „דאַיאַ‟ צו איר 80סטן אַניװערסאַר. בײַ דער געלעגנהייט האָט דער פּרעזידענט פֿון דער „דאַיאַ‟, ד״ר כוליאָ שלאָסער, באַקומען אַ ספּעציעלן דיפּלאָם, װאָס שטרײַכט אונטער דעם קאַמף פֿון דער אינסטיטוציע קעגן נאַציזם — אין דער פֿאַרגאַנגענהייט, און איר איצטיקער טעטיקייט קעגן אַנטיסעמיטיזם און דיסקרימינאַציע. עס איז אויך אויפֿגעדעקט געװאָרן אַ ספּעציעלער טאָװל אין דעם זיצונגזאַל, װאָס דערמאָנט אָט־די באַערונג.


אַ קאָנצערט פֿון דיװינאַ גלאָריאַ

די אַקטריסע דיװינאַ גלאָריאַ האָט דאָנערשטיק, דעם 15טן אָקטאָבער, געשפּילט איר ספּעקטאַקל „שבת קדוש‟ אין דעם טעאַטער־זאַל פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה. לידער אויף ייִדיש און העברעיִש און ספּעציעל צוגעגרייטע טעקסטן האָבן איבערגעגעבן די געדאַנקען און געפֿילן, װאָס שײַך דעם הייליקסטן טאָג בײַ ייִדן. דיװינאַ גלאָריאַ איז אַן אייניקל פֿון איינע פֿון די פּראָמינענטסטע פֿיגורן פֿונעם ייִדישן טעאַטער אין אַרגענטינע, דינה ראַפֿאַלאָװיטש.


„בית אַבֿרהם‟ — אַן אָרט פֿון דרײַ רעליגיעס

דאָנערשטיק, דעם 8טן אָקטאָבער האָט מען אין מוזיי פֿון דער ייִדישער קאָנגרעגאַציע דערעפֿנט דעם זאַל „בית אַבֿרהם‟, װוּ עס װערן אויסגעשטעלט ספֿרים און ביכער פֿון די דרײַ רעליגיעס, װאָס האַלטן אַבֿרהמען פֿאַר זייער פֿאָטער. עס האָבן גערעדט פֿאָרשטייער פֿון איסלאַמישן צענטער, פֿון דער עװאַנגעלישער קאָנפֿערענץ און פֿון דער קאַטוילישער קירכע. אָנגעפֿירט מיטן אַקט האָט דער ראַבינער סערגיאָ בערמאַן.