איך ווייס ניט, ווי עס גייט דער ענין פֿון שרײַבן „פֿאָרווערטס‟־אַרטיקלען בײַ אַנדערע מחברים, אָבער איך פֿיל, אַז איך האָב זיך אַ ביסל פֿאַרפּלאָנטערט. דאָס איז געשען ניט נעכטן, אָבער גראָד הײַנט האָב איך באַשלאָסן „אַרויסצולאָזן די פּאַרע‟ נאָכן איבערלייענען אַ פּאָר קאָמענטאַרן, אָנגעשריבן צו מײַן אַרטיקל דורך עפּעס אַ חסידישן לייענער (ער שעמט זיך אָנצוּווײַזן זײַן נאָמען). דער אַנאָנימער ר’ ייִד האָט טענות צו מיר צוליב צוויי ווערטער, איבער וועלכע ער האָט זיך, נעבעך, ספּאָטיקעט אין מײַן טעקסט: ערשטנס, „טאָפּאָנים‟ און, צווייטנס, „פּעטליורע‟. און טענות פֿון אַזאַ שניט לייען איך ניט צום ערשטן מאָל. דערצו גייט עס געוויינטלעך מיט אַ מוסר: „איר פֿאַרגעסט צו טראַכטן וועגן אונדז, די עכטע ייִדיש־רעדנדיקע לײַט.‟
צי מוז איך טאַקע האַלטן אין זינען, אַז מײַן אַרטיקל קען איבערלייענען אַ מענטש, וואָס פֿאַרמאָגט ניט קיין עלעמענטאַרע וועלטלעכע בילדונג און, לויטן טאָן פֿונעם קאָמענטאַר, גרויסט ער זיך נאָך מיט דעם? פֿון וואַנען קען איך וויסן די ברייטקייט און טיפֿקייט פֿון זייער אָפּגעריסנקייט פֿון מאָדערנער טערמינאָלאָגיע, פֿון געשיכטע און ליטעראַטור?
דער פּאַראַדאָקס באַשטייט אין דעם, וואָס דער דאָזיקער ר’ ייִד ניצט אינטערנעץ, אָבער ער פֿאַרשטייט ניט, ווײַזט אויס, אַז אינטערנעץ איז אויך — און אפֿשר קודם־כּל — אַן אין־סופֿיקע ענציקלאָפּעדיע. ס’איז גענוג אַ „גוגל‟ צו טאָן אַזאַ וואָרט ווי „פּעטליורע‟, און עס וועלן זיך גלײַך עפֿענען אַ צאָל וועבזײַטלעך, אויף העברעיִש און ענגליש, וועלכע דערציילן, ווער דער פּאַרשוין איז געווען און וואָס פֿאַר אַ ראָליע ער האָט געשפּילט אין דער ייִדישער געשיכטע. אַ דאַנק דער אינטערנעץ, קען מען זיך געבן אַן עצה אַפֿילו מיט אַזאַ האַרבער פּראָבלעם ווי „טאָפּאָנימיק‟. און מיט אַ קאָמפּיוטער־שטיצע דאַרף מען ניט שטעלן קיין קלאָץ־קשיאות אויך וועגן אַנדערע באַגריפֿן.
דאָס איז איין מאָל אַוועק. אָבער ניט בלויז די קאָמענטאַרן האָב איך געמיינט, בײַם דערמאָנען, אַז איך האָב זיך פֿאַרפּלאָנטערט. די זאַך איז, אַז אַ „נאָרמאַלע‟ צײַטונג האָט פֿאַר די אויגן איר דורכשניטלעכן לייענער. למשל, די „ניו־יאָרק טײַמס‟ צי דער ענגלישער „פֿאָרווערטס‟ שרײַבן פֿאַר אַן אינטעלעקטועלן לייענער, וועלכער עס ווערט ניט געפּלעפֿט פֿונעם וואָרט „טאָפּאָנים‟ און פֿון אַ סך אַנדערע „קלוגע‟ באַגריפֿן.
ס’איז וויכטיק אויך, אַז דער לייענער, אויף וועלכן די דאָזיקע (און אַנדערע ענלעכע) צײַטונגען פֿאַרלאָזן זיך, זײַנען ניט פּשוט „אינטעלעקטואַלן‟, נאָר זיי זײַנען אַמעריקאַניש, ענגליש־רעדנדיקע אינטעלעקטועל. דאָס מיינט, בפֿרט, אַז אַזאַ עולם רעאַגירט אויף הונדערטער נעמען, וואָס באַפֿעלקערן די קולטור־לאַנדשאַפֿט פֿון אָט דער קאַטעגאָריע מענטשן. גלײַכצײַטיק, פֿאַרשטייען די רעדאַקטאָרן, וואָס די לייענער פֿון אָט דער קאַטעגאָריע קענען ניט וויסן, און אַזעלכע זאַכן וועלן זײ, בדרך־כּלל, דערקלערן.
איך מיין, אַז זיי וואָלטן דערקלערט, אַז פּעטליורע איז געווען אַן אוקראַיִנישער פֿירער און אַז אין דער צײַט, ווען ער איז געשטאַנען בראָש דער רעגירונג, זײַנען אויסגעקוילעט געוואָרן טויזנטער ייִדן. איך גלייב ניט, אַז איך האָב געמוזט דאָס זעלבע דערלערן אין אונדזער צײַטונג, וואָס איז אויך — אויף וויפֿל איך פֿאַרשטיי — אויסגערעכנט אויף אַן אינטעלעקטועלן עולם, אָבער אַ ספּעציפֿישן — מיט אַ טיפֿן אינטערעס אין ייִדישער געשיכטע און קולטור. און ווי קען אַ מענטש מיט אַזאַ אינטערעס ניט וויסן וועגן פּעטליורע? צי בין איך ניט גערעכט און האָב פּשוט פֿאַר זיך אויסגעטראַכט אַן אימאַזש, וואָס האָט אַ קנאַפּן שײַכות צום רעאַלן לייענער?
דער מצבֿ פֿון אונדזער צײַטונג איז דאָך זייער אַ שווערער צוליב דער ספּעציפֿישקייט פֿון איר לייענערשאַפֿט. אונדזער לייענער איז אַ פּראָדוקט פֿון פֿאַרשיידענע בילדונג־סיסטעמען. פֿאַר עפּעס אַ חלק מענטשן, וואָס עפֿענען דאָס וועבזײַטל פֿון „פֿאָרווערטס‟ צי קויפֿן די פּאַפּירענע קאָפּיעס, איז ייִדיש אַן אויסגעלערנטע שפּראַך. נאָך מער: אייניקע פּרוּוון עס צו ניצן ווי אַ לערן־מאַטעריאַל. דערצו זײַנען די מחברים אויך מענטשן פֿון פֿאַרשיידענע וועלטן. איך רעד שוין ניט וועגן דעם, אַז דער ייִדיש פֿון די לייענער — און די שרײַבער — געהערט צו פֿאַרשיידענע דיאַלעקטן.
טאָ וואָס זאָל מען טאָן? צו זוכן אַ וועג צו אַ פּשוטער שפּראַך? דאָס מיינט, אָבער, פּרימיטיוויזאַציע פֿון דעם אינהאַלט. קיין קלאָרע מאָס פֿון „פּשוטקייט‟ איז דאָך אויך ניטאָ. גלײַכצײַטיק וועט, בלי־ספֿק, אָפּגעשטויסן ווערן דער באמת אינטעלעקטועלער לייענער.
אַזוי אַז דעם אַנאָנימען ר’ ייִד וואָלט איך געגעבן אַזאַ עצה: טאָמער איר ווילט טאַקע לייענען אונדזער צײַטונג, שעמט זיך אויך ניט צו לייענען „אַרום‟ דער צײַטונג. אויב איר שטויסט זיך אָן אויף עפּעס אַ וואָרט צי באַגריף, וואָס איז אײַך ניט באַקאַנט; פֿוילט זיך ניט, זײַט אַזוי גוט, אַ נישטער צו טאָן אין אינטערנעץ, וווּ צווישן כּלערליי נאַרישקייט זײַנען צעוואָרפֿן זייער אַ סך זאַכן, וואָס קענען מאַכן באמת קליגער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.